לדלג לתוכן

נאג'ערא

פֿון װיקיפּעדיע

נאג'ערא איז א נאמען פון א חשוב'ע משפחה אין די מזרח לענדער. דער אבי המשפחה ר' לוי נאג'ערא האט גערופן די פאמיליע נאמען נאך זיין היימשטאט נאג'ערא (Nagera) פון וואו ער איז פארטריבן געווארן ביי די גירוש ספרד אין יאר 1492. ר' לוי האט זיך דאן באזעצט אין די שטאט קושטא און שפעטער אין צפת, וואו עס איז אים געבוירן געווארן זיין זוהן ר' משה בערך אין יאר 1502, זייענדיג 30 יאר אלט איז ר' משה שוין געווען א מורה הוראה (זעה שו"ת המביט ח"א סי' רפ"א, ח"ג סי' ק'). ווען ר' יצחק לוריא אשכנזי (די אר"י הק') איז געקומען אויף צפת, האט ר' משה מקבל געווען פון אים די חכמת הקבלה און ער איז געווארן זיינ'ס א שטארקע אנהענגער (שם הגדולים ערכו). אין יאר 1579 האט ער פארלאזט צפת און ער איז אנגעקומען קיין דמשק וואו ער איז אויפגענומען געווארן פאר הויפט-רב, און מען האט געזאגט אויף אים "אשרי מי שבא לכאן ותלמידו בידו" (שם), דארט איז ער אויך נפטר געווארן אום ר"ח תמוז ה'שמ"א (1581 למס'). זיין זוהן איז געווען דער בארימטער דיכטער ר' ישראל נאג'ערא (דער פארפאסער פונעם וועלטס-באקאנטן י-ה רבון עלם), ר' ישראל'ס זוהן ר' משה נאג'ערא השני, האט געדינט אלס רב אין די שטאט עזה נאך זיין טאטנ'ס פטירה, און ר' דוד קאנפארטי וואס האט אים גוט געקענט נאך וואס ער איז ארויף קיין ירושלים רימט אים שטארק אויס (קורא הדורות זייט מ"ט). נאך זיין פטירה איז זיין זוהן ר' יעקב נאג'ערא אויפגענומען געווארן אלס רב הכולל אין עזה בערך אין יאר 1660 (באר מים חיים פון ר' שמואל ויטאל זוהן פון ר' חיים ויטאל, שאלה ל"ד)