נאצי דייטשלאנד
מראה
(אַריבערגעפֿירט פון נאַצי־דייטשלאַנד)
נאַצי דײַטשלאַנד, אדער דריטע רײַך, זיינען די נעמען פאר דייטשלאנד אונטער דער הערשאפט פון אדאלף היטלער, פון 1933 ביז 1945. די נאציס האבן גערודפ'ט און דערמארדעט מיליאנען יידן, רוב פון אייראפעישן יידנטום.
דעם 30סטן יאנואר 1933 איז היטלער געווארן קאנצלער פון דייטשלאנד, און ער האט גאנץ גיך עלימינירט אלע אפאזיציע צו זיין הערשאפט.
אנטיסעמיטיזם איז געווען א וויכטיקער פונקט פון דער געזעלשאפט אין נאצי דייטשלאנד. דער געשטאפא און דער עס עס אונטער היינריך הימלער האבן גערודפט יידן און זיי געהרג'עט.
אין 1938 האבן זיי צוערשט אנעקסירט עסטרייך און שפעטער גענומען סודעטן פון טשעכאסלאוואקיי. אין 1939 האבן זיי איינגענומען דאס גאנצע לאנד פון טשעכאסלאוואקיי.