לדלג לתוכן

משה קארדאווערא

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון משה קורדובירו)
משה קארדאווערא
געבורט 1522
צפת, אטאמאנישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 27 יוני 1570 (אלט 48 בערך)
צפת, ארץ ישראל, אטאמאנישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה אטאמאנישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט אלטע בית עולם פון צפת רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך טעאלאג, רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי משה קארדאווערא (רמ"ק) (ה'רפ"ב - כ"ג תמוז ה'ש"ל), פון די הויפט מקובלים אין צפת, און דער רבי פון אר"י הקדוש.

דער רמ"ק איז געבוירן אין יאר רפ"ב. זיין געבורטס פלאץ וויייסט מען נישט, אבער זיין פאמיליע־נאמען ווייזט אז דער אפשטאם פון די משפחה איז פון קארדאבע אין שפאניע. געוואקסן איז אין צפת, דארט האט ער געלערנט ביי רבי יוסף קארו אין רבי יעקב בירב האט מסמיך געווען צו דיינות.

ער האט חתונה געהאט מיט די שוועסטער פון רבי שלמה אלקבץ, און ביי צוואנציג יאר האט ער אן געהויבן לערנען קבלה ביי זיין שוואגער. נאך געציילטע יאר איז ער ער אויפגענומען געווארן אלס ראש ישיבה אין צפת. צווישן זיינע תלמידים ווערן גערעכנט רבי חיים וויטאל און רבי אליהו די ווידאש (בעל ראשית חכמה).

ווען דער אר"י איז געקומען קיין צפת האט ער געלערנט ביים רמ"ק ביז זיין פטירה כ"ג תמוז ה'ש"ל. און דער אר"י איז געווארן דער הויפט יורש צו פירן דעם קבלה לערנען, על אף וואס דער וועג פון אר"י אין קבלה איז אנדערשט פון זיין רבי'ן.

  • פרדס רימונים - דע וועג אין קבלה לויט'ן רמ"ק.
  • תומר דבורה - מוסר לויט די י"ג מידות און עשר ספירות.
  • אור יקר - פירוש אויף ספר הזוהר.
  • אילימה רבתי - ביאורים אין קבלה.
  • שיעור קומה - ביאור אויף די "אידרות" פון זוהר.
  • אור נערב - א קונטרס אויף די חשיבות פון לערנען קבלה.
  • ספר הגירושין - חידושים פון זיין התבודדות צייט.
  • תפילה למשה- פרוש התפילה.