לדלג לתוכן

מאס

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון מעסטן)

מאָס איז דער אפשאצונג אדער אפמאך פון די דערגרייכונג, דימענסיע אדער מעגליכקייט, געווענליך און שייכות צו א סטאנדארט אדער אפטייל פון מאס. די מאס איז אויסגעדרוקט אין א נומער פון אפטיילן פון דעם סאטנדארט. ווי למשל ווייטקייט דורך די נומער פון מיילן אדער קילאמעטער. די וויסנשאפט פון מעסטן ווערט גערופן מעטראלאגיע.

מען קען מעסטן אסאך פארשיידענע זאכן, למשל:

  • דיסטאנץ: מעסטן דיסטאנץ ענטפערט די פאלגנדע פראגעס;
    • ווי ווייט איז א געוויסער פלאץ פון דאנעט?
    • ווי ווייט זענען צוויי ביימער פון אנאנד?
    • ווי לאנג איז דער שטעקן?
  • געוויכט: מעסטן געוויכט ענטפערט די פאלגנדע פראגעס;
    • וואס איז שווערער, דער דאזיגער הענגל פון טרויבן צי יענע בינטל באנאנען?
    • צי האט משה פארלוירן אין געוויכט היי יאר?
    • אז איך לייג אריין א גרויסע שטיין אין א שיף צי וועט זי זינקען?
  • פארנעם: מעסטן פארנעם קען ענטפערן די פאלגנדע פראגעס;
    • וויפיל פלעשלעך וואסער דארף מען האבן אנצופילן א קעסל?
    • וויפיל בוימל זאל איך אריינגלייגן אין דעם געקעכץ?
    • וויפיל קארטאנען גייען אריין אין דעם צימער?
  • טעמפעראטור: מעסטן טעמפעראטור קען ענטפערן די פאלגנדע פראגעס;
    • וואו איז ווארעמער היינט, ירושלים אדער ניו יארק?
    • אז איך לייג אריין אייז צי וועט עס ווערן וואסער?
    • צי איז גענענדל קראנק מיט א פיבער?
  • דריק: מעסטן דריק קען ענטפערן די פאלגנדע פראגעסף
    • וויפיל לופט דארף מען אריינלייגן אין דעם רייף?
    • צי וועט זיין א גוטע וועטער מארגן?
    • צי קען דער טיש טראגן א געוויסן לאסט?
  • גיכקייט: מעסטן גיך קען ענטפערן די פאלגנדע פראגעס;
    • ווער וועט אנקומען פריער, אהרן צי מענדל?
    • ווי שפעט וועט מען דערגרייכן מאנטשעסטער?
    • ווי לאנג דויערט די רייזע?