מעמאריעל דיי
אויסזען

מעמאריעל דיי איז דער אמעריקאנער פעדעראלער יום הזכרון פון אמעריקע צו געדענקן און ארויסהייבן די העלדישקייט און לאיאלעטעט פון אירע געפאלענע סאלדאטן אויפן מזבח פון פרייהייט צו דער וועלט אויף וואס אמעריקע סימבאליזירט.
עס געפאלט שטענדיג אויס אינעם לעצטן מאנטיג פון מעי וואס די גוים רוה זיך אפ אין א לענגערן וויק ענד צו גיין אויפן לאקאלען מיליטערישע בית הקברות מאכן א פראדע און מארשט דערנאך פייערט מען אין זייער אנדענק, געוויינליך מיט בארבעקיוס מיט די משפחות אויך ביי די ביטשעס ווייל דער זומער האט זיך שוין דאן אנגערוקט אין אמעריקע.
עס איז א לעגאלע פייערטאג וואס אלע שטאטישע אמטן און דינסטן אדער פינאנציעלע אינסטיטוציעס זענען פארשפארט.