לדלג לתוכן

מעלבארן

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון מעלבורן)
פלאצירונג פון מעלבארן אין אויסטראליע

מעלבארן איז די מערסט באפֿעלקערטע שטאט אין אויסטראליע[1], מיט א מעטראפאליטאנישער באפעלקערונג פון 5.2 מיליאן (2023).[2] זי איז די שטאַט הויפטשטאט פון וויקטאריע. די אײַנװױנערס רופֿט מען אױף ייִדיש "מעלבורנער".

אין 1835 האבן בריטישער, וואס זענען געקומען פון טאזמאניע, באזעצט ארום דעם יאַראַ טייך. אין 1847 האט די מלכה וויקטאריע אויסגערופן מעלבארן אלס "שטאט". אין 1851 האט זיך דער דיסטריקט פון וויקטאריע געשיידט פון ניו סאוט וויילס אלס א נייע קאלאניע און מעלבארן איז געווארן איר הויפטשטאט.

מעלבארן איז צעשפרייט אינעם טאל פון דעם יארא טייך.

  1. מעלבורן יאָגט אָן סידני װי אױסטראַליעס גרעסטע שטאָט. https://www.bbc.com/news/world-australia-65261720
  2. הױפּט שטאָט װוּקס, https://www.abs.gov.au/media-centre/media-releases/capital-city-growth-highest-record

37°48′49″S 144°57′47″E / 37.81361°S 144.96306°E / -37.81361; 144.96306