מעיד אוו די מיסט

פֿון װיקיפּעדיע

מעיד אוו די מיסט (Maid of the Mist) איז א שיף טור אין ניאגארא פאלס וועלכע טראגט אירע פאסאזשירן נאנט צו די וואסערפאלן אין די אונטערשטע טייל פון טייך וואו די שטורמישע וואלן וואקלן דעם שיף און די וואסער נעפל באנעצט די פאסאזשירן וועלכע זענען געקליידעט אין רעגן איבערציאונגן.


היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די פערי סערוויס איז ערשט געעפענט געווארן אין 1846 דורך אן אמעריקאנער אבער האט זיך אפגעשפארט צוויי יאר דערויף צוליב פינאנציעלע פראבלעמען און איז צוריק אריין אין סערוויס עטליכע יאר דערויף. דאס האט אנגעהאלטן ביז די אמעריקאנער ציווילע קריג ווען טוריזם אין ניאגארא פאלס איז אפגעשטארבן און די פערי איז פארקויפט געווארן אין 1860 פאר א מאנטרעאלער פירמע. די פערי איז צוריק אריין אין סערוויס אין 1893 און איז געווארן א סוקסעס זינט דעמאלט.

היינט אפערירן דארט עטליכע מעיד אוו די מיסט שיפן און זיי פירן אינאיינעם עטליכע מיליאן פאסאזשירן פער יאר.


ערפארונג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די מעיד אוו די מיסט איז די איינציגסטע וועג וויאזוי צו באטראכטן די מעכטיגע וואסערפאלן פון אונטן ארויף. די שיף הייבט אן איר רייזע נישט ווייט פון די רעינבוי בריק און פארט ערשט אדורך נאנט צו די אמעריקאנער וואסערפאלן און פון דארט פארט עס ביז אין צענטער פון די קאנאדישע רינידיגע וואסערפאל און די פאסאזשירן קענען ריכטיג שפירן דעם גרויסן פארנעם און געוואלדיגן ענערגיע און קולות פון די וואסערפאלן.


זע אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ניאגארא פאלס

דזשוירני ביהיינד די פאלס