מעטפארמין
מעטפארמין איז א מעדיקאמענט וואס דאקטוירים טוען פארשרייבן פאר צוקערקרענק, און אויך פאר פאליציסטישן אייערשטאק-סינדראם (PCOS), וואס טוט אפהאלטן פרויען פון אוואולירן געהעריג, וואס דאס איז גורם אז זיי קענען נישט געבערן קינדער; מעטפארמין וועט העלפן די פרוי צו קענען אוואולירן און וועט פאטענציעל העלפן פארמיידן אומפרוכבערקייט און פרעגענענסי פארלוסט.
מעטפארמין פאר פרויען צוליב האבן קינדער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]עס איז פארהאן א העכערע ריזיקע פאר פרויען מיט פאליציסטישע אייערשטאק-סינדראם (PCOS) פאר מיסקערידזש. ס'איז נישט פולשטענדיג קלאר פארוואס פרויען מיט PCOS ליידן פון נאכאנאנדיגע פריע פרעגנענסי פארלוסט. איין טעאריע שלאגט פאר אז די ענווייראמענט פון די איי ווערט איינגעשטעלט דורך די פראדוקציע פון מענערישע הארמאנען אין די אווערי וואס איז גורם אז די אייער זאלן דורכמאכן א treisure אדער poptocys. און פאליציסטישע אייערשטאק-סינדראם וואס באדייט אן איבערפלוס פון מענערישע הארמאנען, קען מעגליך זיין א שאדן פאר די DNA פון די איי, אדער פאר די מעגליכקייט פון די איי אויסצושטעלן די קראמאסאומס אויף א נארמאלן אופן. דער וועג צו פארמינערן די מענערישע הארמאן פראדוקציע איז דעריבער מיט "מעטפארמין".
אויב די פרוי איז נישט אינטערעסירט צו האבן קינדער, רעקאמענדירן די דאקטוירים אגרעסיווע איבונגען, אנהאלטן אן אידעאלע קערפערליכע וואג, און געבורט קאנטראל פילן. אויב זי וויל ווערן פרעגנענט מוז זי זיין אויף מעטפארמין. זי זאל אויך מאכן איבונגען און זיך האלטן דאר. ס'זענען דא געוויסע פרויען וועלכע קענען קאנטראלירן זייער PCOS דורך אנהאלטן זייער וואג מיט א שטרענגע דיעטע און שטארקע איבונגען. די פרויען מוזן נישט נעמען קיין מעדעצין.
סיי ווער וואס האט מערערע פרעגנענסי פארלוסטן אדער פריע פארלוסטן, וואס האט דאקומענטירטע PCOS , דארף עס אנהייבן נעמען. זי זאל עס אנפאנגען נעמען עטליכע חדשים פאר זי פרובירט צו ווערן פרעגנענט און עס נעמען כאטש ביז 10 ּ וואכן אין די פרעגנענסי. אבער אויב א פרוי האט א היסטאריע פון gestational דייעבּיטיס, אדער אויב זי איז זייער דיק, איז נישט אזא שלעכטע געדאנק אז זי זאל נעמען מעטפארמין אדער אן אנדערע מינדליכע מעדעצין דורכאויס די גאנצע פרעגנענסי צו פארמיידן צוקער קראנקהייט.
מעטפארמין טוט צוריקשטעלן דעם באלאנס דורך רעדוצירן די מענערישע הארמאן צו א נידריגן שטאפל. מ'וויל אויך פארריכטן אלע אנדערע מעטאבאלישע אבנארמאליטעטן וועלכע זענען א טייל פון דעם סינדראום.
מעטפארמין פאר צוקער קראנקהייט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער וועג ווי עס ארבעט איז אז עס סענסיטיזירט דעם קערפער צו אינזולין, אז ס'זאל זיך מער נישט קעגנשטעלן די אינזולין.
אין א קלענערע שטודיע האט מעטפארמין אויך באוויזן צו העלפן איבערוואגיגע קינדער מיט ספעציעלע געברויכן פארלירן איבריגע וואג וואס זיי האבן צוגענומען אלס נאכווייען פון פסיכיאטארישע מעדיקאמענטן זיי צו האלטן רואיג. "מעטפארמין" האט נישט פארמינערט די אויפטוען פון די מענטל מעדיצינען, בלויז געהאלפן פארלירן די איבריגע וואג. צענערלינגען מיט אויטיזם זענען מער אויסגעשטעלט צו ליידן פון איבערוואג ווי אנדערע, בפרט ווען מען קען זיי שווערער אויסלערנען וואס איז געזונט צו עסן און וואס נישט.
מעטפארמין פאר קענסער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מעטפארמין ווערט באטראכט אלס ערנסטער קאנדידאט צו באהאנדלען געוויסע קענסערס. ווי פארשער האבן באמערקט, שטארקט מעטפארמין געוויסע אינערליכע צעלן אינעם קערפער זיי זאלן קענען אפשלאגן איפעקציעס, זיך קעגנשטעלן אינפלאמאציעס און אונטערדרוקן געוואוקסן, אריינגערעכנט קענסער געוויקסן. די רעדע איז איבער "עפיטעליום" צעלן .Epithelium איז איינס פון די פיר הויפט סארטן 'טישו' אינעם מענטשליכן קערפער. די אנדערע דריי זענען קאנעקטערס, מוסקלען און נערוון. די צעלן דעקן איבער רוב קערפער ארגאנען פון אינעווייניג, ווי אן אינערליכע 'ליינינג'. דער רעלאטיוו ביליגער צוקערקרענק מעדיקאמענט לייגט שווערע דרוק אויפן "עפיטעליום" צעלן, און די צעלן, ווען זיי קומען אונטער דריק, לאזן זיי ארויס א מאכטפולער ענזיים זיך צו באשיצן. אט דער 'ענזיים' קען אויך אפשלאגן שעדליכע מיקראבן און קענסער געוואוקסן.