מעטעאראלאגיע

פֿון װיקיפּעדיע
בליצן

די מעטעאראלאגיע (פֿון גריכיש μετέωρος, מעטעאראס, "הויך אין הימל"; און -λογία, -לאגיאַ) איז די וויסנשאַפֿלעכע שטודיע פון דער אטמאספער (דער ערד'ס לופֿט) וואס אינטערעסירט זיך אין דער פעולה פונעם וועטער און פארויסזאגן דעם וועטער (אנדערש פֿון קלימאטאלאגיע). מען שטודירט דאָס שוין טויזנטער יאָרן, אבער דעם עיקר פראגרעס אין מעטעאראלאגיע האט פאסירט נאר אינעם אכצנטן יארהונדערט. אין דער צווייטער העלפֿט פונעם צוואנציגסטן יארהונדערט האט מען געהאט דורכבראכן אין פארויסזאגן דעם וועטער ניצנדיק קאמפיוטערס.