מעדיטאציע

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מעדיטאציע איז א פאָרעם פון התבוננות וואס נעמט אריין זיצן אין פארשידענע טראדיצינאלע פאזיציעס, געווענליך אויף די ערד מיט די שדרה גראָד אויפגעשטעלט אויף ארויף, אבער מ'קען זיך זעצן אויף א בענקל אויך, דער עיקר געדאנק דערפון איז די קאנצעטראציע...

דאס מיינט זיך זעצן אויף א באקוועמער פאזיציע, נעמען עטליכע טיעפע אָטעמעס פון די נאָז, צומאכן די אויגן, לאזן אלע ענגקייטן און אנגעשטרענגטקייט ארויספליסן פון דער גוף, און אזוי אריינגיין אין א רואיגע אטמאספערע און זיך פולשטענדיק קאנצעטרירן אויף די אָטעם, דאס הייסט, נישט פראבירן צו קאנטראלירן די אָטעם אדער האלטן די סענסאציעס וואס זענען אַנגענעם און אוועקשטופן די וועלכע זענען אומאַנגענעם, נאר סתם אבזערווירן די אָטעם און וויאזוי עס פילט צו זיין דיר אין די איצטיגע מאמענטן... מ'קען אויך אנהייבן אריינגיין אין די מעדעטעיטעוו ראמען דורך פאויקעסירן אויף די הארץ ריטעם, די קולות וואס דיינע אויערן כאפן אויף, אדער אנדערע אינערליכע סענסאציעס וואס איז רעלאטיוו גרינג צו אבזערווירן און צו האלטן די קאנצעטראציע דערויף.

די עיקר געדאנק אינטער די דאזיגע פראקטיצירונג איז בכלל נישט צו פראבירן ארויסצושטופן אלע מחשבות פון די מוח... דאס איז כמעט ווי אומעגליך, נאר צו לאזן אלעס אזוי ווי ס'איז און נישט איבערטייטשן אדער ארויפלייגן מיינונג אויף גארנישט, דאס מיינט די קול וואס דו הערסט אלץ רעדן אין דיין מוח וועט אינגאנצן פארשטילט ווערן און מיט דעם אויך אלע נעגעטיווע און פיינפולער מחשבות, הגם סתם מחשבות קענען זיך ווײטער באווייזן אין אנפאנג, אבער די געדאנק דא איז זיך נישט צו אידענטיפיצירן מיט זיי, נאר זיך צוריקערן צו זיין אינגאנצן קאנצעטרירט אויף די אינערליכע נפש און סענסאציעס,

וואס דורך דאס טוהן און בלייבן קאנצעטרירט פאר א שטיק צייט, קען א מענטש אנקומען צו גאָר גרויסע מדרגות אין צופרידענהייט, פרייהייט פון אומזיכערקייטן, אינערליכע שמחת החיים און זיין א בעסערע, פרייליכער געזונטער מענטש, וואס אין 'זען בודהיזם' ווערט די דאזיגע בחינה באצייכענט אלס:

די גוף און די נפש ווערן אויסגעלייזט פון מיטמאכענישן.

וואס דאס מיינט צו זאגן אז איינמאל א מענטש קומט אהן צו געוויסע איינזעהענישן דורך די דאזיגע פראקטיצירונג, ווערט מען איינץ מיט די וועלט און אלעס ארום זיך, און פּיין יסורים און ליידונג הערן אויף צו עקזעסטירן וויבאלד אלע יסורים קומען נאר וויבאלד דו מאכסט דאס אהן פאר דיר אליינס דורך די קול וואס רעדט אַלץ אין די מוח, אדער די 'איגאו' אדער 'גאווה', און איז דאס נאך מחדש אגאנצן צייט, און איינמאל דאס ווערט פארשטילט, עקזיסטירט שוין נישט קיין פּיין, אבער דאס איז שוין א טיעפערע מדריגה.

מעדיטאציע איז ערשט ערפינדן געווארן און מייסטנס גענוצט געווארן אין טראדיצינאלע בודהיזם.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: מעדיטאציע