מנחם מענדל פנחס שפירא
מראה
רבי מנחם מענדל פנחס שפירא זצ"ל (ה'תקצ"ח - ה'תרע"ב), רב אין לאנצהוט.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי מענדל'ע איז געבוירן אין יאר ה'תקצ"ח (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אלעזר שפירא, רב אין לאנצהוט, א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת טויבע חוה א טאכטער פון הרב יהושע העשל האלעס פון דוקלא.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך זיין פאטער'ס פטירה האט זיך געשאפן א רייבעריי איבער דעם רבנות אין לאנצהוט, דער שטעטישע קרייז האט געוואלט אויפנעמן רבי מענדל'ע אלס רב, דאגעגן דער חסידישער קרייז האט געוואלט דעם ברודער רבי שמחה, נאך א האלב יאר איז רבי מענדל'ע אויסגעוועלט געוווארן אלס עמטליכער רב.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי מענדל'ע איז נפטר געווארן אין ה'תר"ע (אומגעפער).
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי מענדל'ע האט געהייראט אין לאנצהוט. זיינע קינדער:
- מרת מלכה, די ווייב פון הרב ראובן חיים וואגשאל, דיין אין לאנצהוט.
- מרת רבקה רחל, די ווייב פון הרב יוסף יהודה רוקח רב אין חעלים.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר