מנחה גדולה

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מנחה גדולה איז זעקס אין א האלב שעה נאכן אנהייב פונעם טאג, גערעכנט לויט שעות זמניות. דאס איז די ערשטע צייט ווען מען מעג דאווענען מנחה.

רעכענען דעם זמן פון מנחה גדולה[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דער זמן פון מנחה גדולה איז זעקס און א האלב שעות זמניות אין דעם טאג, ד.ה. א האלבע שעה (זמנית) נאך חצות. אין ווינטער, ווען א שעה זמנית איז ווינציגער ווי 60 מינוט, איז לכתחילה רעכענט מען מנחה גדולה 30 מינוט נאך חצות, לחומרא.

דער זמן פון דאווענען מנחה[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

כאטש מען מעג דאווענען מנחה פון מנחה גדולה, האלטן אסאך פוסקים אז דער לכתחילה'דיקער זמן פון מנחה איז מנחה קטנה.

אין די ליטווישע ישיבות איז דער מנהג צו דאווענען מנחה גדולה. אויך אין ארבעטספלעצער מאכט מען אפט א מנין צו מנחה אין דער מיטאג פויזע (בפרט אין ווינטער ווען ס'איז צו שפעט צו דאווענען מנחה נאך דער ארבעט) קומט אויס אז מען דאווענט מנחה גדולה.

זמן מנחה גדולה אין ירושלים[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

פאלגנד איז א טאבעלע פון דעם זמן פון מנחה גדולה אין ירושלים דעם 1טן פון יעדן מאנאט.

מאנאט מנחה גדולה
יאנואר 12.09/12.13
פעברואר 12.20/12.23
מארץ 12.20/12.22
אפריל 12.15
מיי 1.10*
יוני 1.12*
יולי 1.18*
אויגוסט 1.19*
סעפטעמבער 1.11*
אקטאבער 11.59
נאוועמבער 11.50/11.53
דעצעמבער 11.54/11.58

(*) אויפן זומער זייגער

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]


די יידישע טעגליכע זמנים
                      

עלות השחר | משיכיר | נץ החמה | סוף זמן קריאת שמע של שחרית | סוף זמן תפילה | חצות היום והלילה | מנחה גדולה | מנחה קטנה | פלג המנחה | שקיעת החמה | בין השמשות | ג' כוכבים קטנים | צאת הכוכבים | שעות שוות | שעות זמניות

אזהרה: מען פסק'נט נישט קיין הלכה פון וויקיפעדיע.