לדלג לתוכן

אפשוואכן קריג

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון מלחמת ההתשה)

דער אפשוואכן קריג איז געווען א קריג צווישן מדינת ישראל און עגיפטן, וואס האט זיך אנגעהויבן אום 8טן מערץ 1969, זיך געענדיגט מיט א פייער שטילשטאנד אום 7טן אויגוסט 1970.

גאמאל אבדול נאסער, פרעזידענט פון עגיפטן האט איניציאטירט דעם קריג, מיט ציל אפצושוואכן מדינת ישראל, אין די יארן נאך דער זעקסטאגיקער מלחמה, דורך באמבארדירן צה"ל צילן לענגאויס דעם סועץ קאנאל און אין דעם סיני האלבאינזל.

אין רעאקציע צו די סארט אטאקעס, האט די מדינת ישראל מיליטער אונטערגענומען א רייע אקציעס און אפעראציעס, וועלכע האבן פארקריפלט די עקאנאמיע און וואוילשטאנד פון דעם לאנד.

דער קריג האט אפגעקאסט דאס לעבן פון 367 מדינת ישראל זעלנער און קרוב צו טויזנט פארוואונדערטע. אין עגיפטן האט דאס געברענגט צו אריבער 10,000 אומגעקומענע, און נאך 58 סאוועטישע סאלדאטן און טעכניקער, וואס האבן געהאלפן די אראבישע מדינות און זייער קאמף קעגן מדינת ישראל.