לדלג לתוכן

אלימלך פירער

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון מיילעך פירער)
אלימלך פירער
קיין פריי בילד
געבורט 1954 (אלט 70 בערך)
בני ברק, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פרסים ישראל-פרייז רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

אברהם אלימלך "מיילעך" פירער (געב' 3טן נאוועמבער 1954) איז א מעדיצינישער עצה־געבער און דער גרינדערט פון עזרה למרפא, א נישט־פאר־ריווח ארגאניזאציע וואס העלפט קראנקע. אין תשנ"ז האט מען אים באלוינט מיטן ישראל פריז.

מיילעך פירער איז געבוירן געווארן אין בני ברק אין תשט"ו אין א משפחה פון בעלזער חסידים. ווען ער איז געווען א יונגערמאן אין כולל האט אמאל א חבר זיינער געדארפט האבן א פארגעשריטענעם מעדיצינישן אפאראט און ר' מיילעך האט געפועלט צו געפינען דעם אפאראט און ברענגען אים קיין ישראל. פון דעמאלסט האט ער געהאט אן ארגאניזאציע צו בארגן מעדיצינישע אפאראטן און אין תשל"ט האט ער אויפגעשטעלט דעם "עזרה למרפא" (הילף פאר היילונג) פארבאנד. ער האט זיך אויסגעלערנט וועגן קראנקייטן און ווער זענען די גוטע דאקטוירים פאר דעם און איז געווארן אן עצה־געבער פאר קראנקע.


אין 2002, האט דער ווייצמאן אינסטיטוט פאר וויסנשאפט באלוינט ר' מיילעך מיט אן ערנדאקטאראט. אין 2008, האט דער אוניווערסיטעט פון חיפה אים באלוינט אן ערנדאטקטאראט.