מוסטער:א.פ.א. נאטיץ

פֿון װיקיפּעדיע
ארטיקלען פאר אויסמעקן איז וואו מ'רעדט אדורך וויאזוי צו באהאנדלן אן ארטיקל. א זאך וואס קומט דא אהער בלייבן ביז א וואך צייט; דערנאך וועט מען באשליסן וואס צו טון לויט א קאנצענזוס:
  • האלטן
  • אויסמעקן לויטן אויסמעקן פאליסי
  • שיקן צו פוצן
  • פאראייניגט אדער ווייטערגעפירט צו אן עקסיסטירנדיגן ארטיקל
  • אריבערגעפירט צו אן אנדער פראיעקט (למשל וויקיווערטערבוך, וויקיביבליאטעק)

איידער איר שטעלט אריין אן ארטיקל אין דער רשימה, טראכט גוט אויב א בעסערע אלטערנאטיווע וועג איז פאסענד:

אויב אן ארטיקל האט נישט קיין מקור זוכט קודם אויף אין גוגל נאר נאכן זיך באמיען און נאכקוקן און נאכן לייגן א מקור מוסטער אדער בעטן פערזענליך פונעם באנוצער און ער ענטפערט אייך נישט געהעריג דאן ווען איר זענט זיכער אז עס איז נישטא קיין מקור קענט איר בעטן דאס אויסצומעקן דא אויף דעם בלאט.

טייל ארטיקלען זענען ממש לשון הרע אדער עס איז סתם ליידיג אדער סיי וואסערע אנדער ענין וואס איז אין דירעקטן וואנדאליזם שייכות אדער טעות דאן ברענגט דאס נישט אהער נאר שטעלט ארויף דעם מוסטער {{אויסמעקן}} און א סיסאפ וועט דאס טאן פאר אייך תיכף ווען ער באמערקט דאס.

אזוי ווי מיר ווילן געבן די ברירה פאר דער גאנצער קהילה דא צו זאגן זייער מיינונג אויף אונזער אויספארעמונג דעריבער וועט דער בלאט דינען אלס צענטעראלער פלאץ ווי אלע ארטיקלען, קאטעגאריעס. און בילדער סיי וואס איינער וויל מעקן וועט דא ווערן אויסגעשמועסט.