מוסטער:אויסדערוועלטער ארטיקל
קאמוניזם, אין די קורצסטע ווערטער, איז א טעאריע און סיסטעם פון סאציאלע און פאליטישע ארגאניזאציע וועלכע איז געווען א הויפט קראפט אין וועלטליכע פאליטיק פאר רוב יארן אינעם 20'טן יאר-הונדערט. אלס א פאליטישע באוועגונג האט קאמוניזם געזוכט אונטערצואווארפן קאפיטאליזם דורך אן ארבייטערס רעוואלוציע און איינשטעלן א סיסטעם אין וועלכע פראפערטי איז די אייגנשאפט פון א גאנצע באפעלקערונג אינאיינעם אנשטאט אינדיווידועלן.
רוסלאנד אונטער סטאלין
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]סטאלין איז געווען א שטארקער פירער פון די ערשטע מינוט וואס ער האט אריינגעטרעטן אין אפיס און זיינע ארומיגע האבן געציטערט פון אים. סטאלין האט פארשפראכן צו מאכן קאמוניזם א סוקסעס נאכדעם וואס די רוסישע עקאנאמיע איז שוין געווען צוריק צו סטאביליטעט נאכפאלגנדיג די ציווילע קריג.
סטאלין האט געברענגט א מעסעדזש מיט זיך וועלכע איז געווען אין קאנטראסט צו דעם ארגינעלן קאמוניזם קאנצעפט וואס קארל מארקס האט פארגעשריבן. לויט מארקס וואלט רוסלאנד אליינס נישט געקענט מצליח זיין אלס א קאמוניסטישע שטאאט נאר אויב די רייכע און מאכטפולע לענדער, ווי פראנקרייך, דייטשלאנד, און בריטען וועלן אויך ווערן קאמוניסטיש. סטאלין האט אדאפטירט אן איין לאנד סאציאליזם און געזאגט אז די יו-עס-עס-אר איז נישט אנגעהאנגן אויף אנדערע לענדער און וועט נישט פארברענגן צייט דערויף נאר ליבערשט ארבעטן אויף א מאדעל סיסטעם וועלכע אנדערע לענדער וועלן נאכפאלגן.
די רעגירונג אונטער סטאלין האט באלד אנגעהויבן בויען הונדערטער פעקטאריס וועלכע האבן פראדוצירט מאשינערי געצייג, אויטאמאבילן, מאטארן, עירקרעפט, דזשענערעיטארס, כעמיקאלן, אייזן, קוילן, און אויל. אבער סטאלינ'ס צוגאנג צו קאמוניזם איז געווען אנדערש ווי לענין וועלכער האט זיך באטראכט אלס א מעסיגער. סטאלין האט גענוצט די פולע מאט פון די רעגירונג פאר דעם קאמוניזם איבערטויש און האט געארדענט די ארעסטן פון צענדליגער טויזענטער וועלכע האבן געהאט אנדערע מיינונגן. די ארבעט איז געטאן געווארן דורך א פריש געגרינדעטע פאליציי כוח וועלכע האט זיך גערופן די עם-קעי-ווי-די. די ארעסטירטע זענען געפייניגט געווארן און הינריכטעט געווארן אין פובליק אן באקומען א געהעריגע משפט און אסאך אנדערע זענען פארשיקט געווארן צו ארבעט'ס לאגערן אין סיביר.
ליינט ווייטער...
פֿריעריגע אויסדערוויילטע אַרטיקלען