לדלג לתוכן

מוכאמאד דער זעקסטער

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון מוכאמד השישי)
מוכאמאד דער זעקסטער
محمد السادس بن الحسن/ Mohammed VI ibn hassan
געבורט 21 אויגוסט 1963 (אלט 61)
ראַבאַט, מאראקא רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה מאראקא
דינאסטיע
22טער מלך פון מאראקא
23 יולי 1999
(25 יאָרן)
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

מוכאַמאַד דער זעקסטער, קעניג פון מאראקא (ענגליש: Mohamed VI de Marruecos, אַראַביש: محمد السادس; געבוירן דעם 21סטן אויגוסט 1963) איז דער איצטיקער קעניג פון מאראקא, זייט דעם 23סטן יולי 1999.

מוכאמד דער זעקסטער אין זיין יונגט

מוכאַמאַד איז געבוירן געווארן אום 21סטן אויגוסט 1963 אין ראבאט די הויפּטשטאָט פון מאראקא, דער זון פון חאסאן דער צווייטער, קעניג פון מאַראָקאָ. ער האט באקומען א רעליגיעזע און קאנסערוואטיווע ערציאונג אין דער קעניגליכער שולע. ער האָט גראַדואיִרט מיטלשולע אין 1981, און אין 1985 האָט ער גראַדואיִרט מיט א דיפלאם אין געזעץ פון ראבאט אוניווערסיטעט פון מַאַראַקאַ.

דעם 21סטן מערץ 2002, האָט מוכאַמאַד דער זעקסטער חתונה געהאַט מיט סעלמאַ באַנאַני (פרינצעסין לעלאַ סעלמאַ, געבוירן אין 1978), אַ קאָמפּיוטער אינזשעניר פון פאַך אויס. זייער ערשטער זון און יורש צום טראָן, פּרינץ מולאי כאַסאַן, איז געבוירן געוואָרן דעם 8טן מײ 2003. זייער טאָכטער, פּרינצעסין לאַלאַ כאַדידזשאַ, איז געבוירן געוואָרן דעם 28טן פעברואר 2007.