מגילת העצמאות
זעלבשטענדיקייט דעקלאַראַציע (אין העברעיש: מגילת עצמאות) איז דער דאקומענט וואס פראקלאמירט צו אויפשטעלן א אידישע רעגירונג.
אין דעם טאג וואס דער בריטישער מאנדאט האט פארלאזט ארץ ישראל, (ה' אייר ה'תש"ח), האט דוד בן גוריון פראקלאמירט די זעלבשטענדיקייט דעקלאַראַציע.
בשעת ווען מען האט אויסגעשטעלט די מגילה, האט אויסגעפלאצט א קריג צווישן די פרומע און פרייע, צי מען זאל דערמאנען גאטס נאמען אין דער מגילה. די פרומע האבן געוויס געוואלט צוטיילן דעם קרעדיט אויף דער גאולה פון צוריקהערן די אידן קיין ארץ ישראל פאר גאט, אבער די פרייע האבן געטענהעט אז דאס וועט זיין א כפייה דתית צו שטעלן גאטס נאמען אין דער מגילה. דערפאר, האט מען באשטימט צו שרייבן ביי דער ענדע פון דער מגילה "מתוך ביטחון בצור ישראל..." וואס דער זאץ "צור ישראל" קען מיינען צוויי באטייטן, עס קען מיינען "גאט" דער באשעפער פון כלל ישראל, און עס קען מיינען דער נאטירליכער מענטשליכער כוח פון כלל ישראל.
די מגילה איז צעטיילט אין 4 געדאנקען:
- דער זכות פון די אידן צו אויפשטעלן א אידישע רעגירונג אין ארץ ישראל.
- דער אויסרוף פון אויפשטעלן א אידישע רעגירונג.
- דערקלערן אז די גרונד פרינציפן פון דער מדינה זאלן באזירט זיין אויף די יסודות פון דעמאקראטיע און אידישקייט.
- אויפנעמען אלע אידן פון דער גולה
דער תוכן פון מגילת עצמאות אויף אידיש
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט].די אומאָפּהענגיקייט־דעקלאַראַציע פֿון מדינת־ישׂראל (מגילת עצמאות) פֿון דער אָפֿיציעלער בולעטין פֿון מדינת־ישׂראל, נומ´ 1 פֿינף טעג אין אייר תּשח / דעם 15טן מײַ 1948 תּל־אָבֿיבֿ
די פּראָקלאַמירונג פֿון דער גרינדונג פֿון מדינת־ישׂראל (הכרזה על הקמת מדינת ישׂראל)
אין ארץ־ישׂראל איז אויפֿגעקומען דאָס ייִדישע פֿאָלק. דאָ האָט זיך אויסגעפֿורעמט זײַן גײַסטיק, רעליגיעז, און פּאָליטיש געשטאַלט. דאָ האָט עס געפֿירט אַ פֿולשטענדיק מלוכה־לעבן. דאָ האָט עס געשאַפֿן נאַציאָנאַלע און אַלגעמיין־מענטשלעכע קולטור־פֿאַרמעגנס און געגעבן דער גאַנצער וועלט דאָס אייביקע „בוך פֿון ביכער.
נאָך דעם ווי דאָס פֿאָלק איז בגוואַלד פֿאַרטריבן געוואָרן פֿונעם לאַנד, האָבן זיי עס געהאַלטן טײַער וווּ נאָר זיי זײַנען געווען צעזייט און צעשפּרייט. דאָס פֿאָלק האָט ניט אויפֿגעהערט בעטן דעם אייבערשטן און צו האָפֿן זיך אומצוקערן אין זייער לאַנד און דאָרט צו באַנײַען זייער פּאָליטישע פֿרײַהייט.
צוליב דער דאָזיקער טראַדיציאָנעלער און היסטאָרישער פֿאַרבינדונג האָבן ייִדן זיך געריסן אין יעדן דור זיך אומצוקערן און באַזעצן זיך אין זייער היימלאַנד. אין די לעצטע דורות קערט מען זיך אום מחנותווײַז. חלוצים, אומלעגאַלע אימיגראַנטן (מעפּילים) און באַשיצערס האָבן אויפֿגעהאָדעוועט משפּחות, אויפֿגעלעבט זייער העברעיִשע שפּראַך, אויפֿגעבויט דערפֿער און שטעט, און אויפֿגעשטעלט אַ ייִשובֿ וואָס צעוואַקסט זיך וואָס אַ מאָל גרעסער און באַהערשט זײַן עקאָנאָמיע און קולטור, יאָגט זיך נאָך שלום און פֿאַרטיידיקט זיך אַליין, בענטשט אַלע תּושבֿים פֿון לאַנד מיט דער ברכה פּראָגרעס, און שטרעבט צו מלוכהשער אומאָפּהענגיקייט.
אין יאָר תרנז (1897) האָט זיך פֿאַרזאַמלט דער ציוניסטישער קאָנגרעס אויפֿן רוף פֿון דער וויזיאָנערישן אָנפֿירער טעאָדאָר הערצל, און האָט קאָנסטאַטירט דאָס רעכט פֿון ייִדישן פֿאָלק אויף נאַציאָנאַלן אויפֿקום אויף זײַן לאַנד.
דאָס דאָזיקע רעכט האָט מען אָנערקענט אין דער באַלפֿור־דעקלאַראַציע פֿון 2טן נאָוועמבער 1917, און באַשטעטיקט דורכן מאַנדאַט אין נאָמען פֿון פֿעלקער־פֿאַרבאַנד, וואָס האָט צוגעגעבן אַ באַזונדערע אינטערנאַציאָנאַלן כּוח דער היסטאָרישער פֿאַרבינדונג צווישן דעם ייִדישן פֿאָלק און ארץ־ישׂראל, און צום רעכט פֿון ייִדישן פֿאָלק צו פֿאַרלייגן פֿון דאָס נײַ זייער פֿאָלקסהיים.
דער חורבן וואָס האָט געבושעוועט איבערן ייִדישן פֿאָלק אין דער לעצטער צײַט, אין וועלכן מע האָט איבערגעלאָזט דעם אומקום מיליאָנען אייראָפּעיִשע ייִדן, האָט פֿון דאָס נײַ קלאָר באַוויזן די נייטיקייט פֿון אַ לייזונג אויף דער פּראָבלעם פֿון ייִדישן פֿאָלק, וואָס עס פֿעלט אים אַ היימלאַנד און אומאָפּהענגיקייט, דורך דער באַנײַונג פֿון דער ייִדישער מלוכה אין ארץ־ישׂראל, וואָס וועט ברייט אויפֿמאַכן די טויערן פֿון היימלאַנד פֿאַר יעדן ייִד און וועט צושטעלן דעם ייִדישן פֿאָלק אַ גלײַכבאַרעכטיקטן נאַציאָנאַלן סטאַטוס אין דער ברידערשאַפֿט פֿון פֿעלקער.
די שארית־הפּליטה־ייִדן וואָס זײַנען ניצול געוואָרן פֿון דעם שרעקלעכן נאַצישן אומקום אין אייראָפּע, ווי אויך די ייִדן פֿון אַנדערע לענדער, האָבן ניט אויפֿגעהערט אומלעגאַל אײַנצווואַנדערן אין ארץ־ישׂראל, ניט געקוקט אויף יעדער שוועריקייט, מניעה און סכּנה, און האָבן ניט אויפֿגעהערט צו פֿאָדערן זייער רעכט אויף אַ לעבן פֿון כּבֿוד, פֿרײַהייט און ערלעכער האָרעוואַניע אין היימלאַנד פֿון זייער פֿאָלק.
אין דער צווייטער וועלט־מילחמה האָט דער ייִדישער ייִשובֿ אין לאַנד געגעבן צו שטײַער מיט דער פֿולער מאָס צום קאַמף פֿון די לענדער וואָס האָבן געשטרעבט נאָך פֿרײַהייט און שלום קעגן די כּוחות פֿון נאַצישן רשע, און מיט דער בלוט פֿון זייערע סאָלדאַטן און זייער מלחמהדיקן מי געשאַפֿן פֿאַר זיך דאָס רעכט גערעכנט צו ווערן צווישן די פֿעלקער וואָס האָבן פֿאַרלייגט די אָרגאַניזאַציע פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער.
דעם 29סטן נאָוועמבער 1947 האָט די פֿאַרזאַמלונג פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער אָנגענומען אַ רעזאָלוציע וואָס האָט גערופֿן צום אויפֿקום פֿון אַ ייִדישער מדינה אין ארץ־ישׂראל. די פֿאַרזאַמלונג האָט געפֿאָדערט בײַ די תּושבֿים פֿון ארץ־ישׂראל, זיי זאָלן אָננעמען די נייטיקע מיטלען פֿון זייער זײַט כּדי אויסצופֿירן די רעזאָלוציע. דאָס דאָזיקע אָנערקענען מצד די פֿאַראייניקטע פֿעלקער פֿון רעכט פֿון ייִדישן וואָלק צו גרינדן זייער מדינה איז ניט בטל צו מאַכן.
דאָס רעכט איז דאָס נאַטירלעך רעכט פֿון ייִדישן פֿאָלק צו זײַן אַ פֿאָלק מיט פֿעלקער צו גלײַך, דער בעל־הבית איבערן אייגענעם רשות אין דער אייגענער סוּווערענער מדינה.
בהסכּם דערמיט האָבן מיר זיך פֿאַרזאַמלט, די פֿאָרשטייער פֿון פֿאָלקסראַט, די רעפּרעזענטאַנטן פֿון ייִדישן ייִשובֿ און דער ציוניסטישער באַוועגונג, אין טאָג פֿון פֿאַרענדיקן זיך פֿון בריטישן מאַנדאַט איבער ארץ־ישׂראל. מיטן כּוח פֿון אונדזער נאַטירלעכן און היסטאָרישן רעכט און אויפֿן יסוד פֿון דער רעזאָלוציע פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער, פּראָקלאַמירן מיר דערמיט די גרינדונג פֿון דער ייִדישער מלוכה אין ארץ־ישׂראל, מדינת־ישׂראל.
מיר באַשטימען אַז פֿון פֿאַרענדיקן זיך פֿון מאַנדאַט, הײַנט אויף דער נאַכט, פֿרײַטיק צו נאַכטס, זעקס טעג אין אייר תּשח (דעם 15טן מײַ 1948), און ביז דער גרינדונג פֿון די פּאַסיקע, אויסגעקליבענע אויטאָריטעטן פֿון דער מלוכה בהסכּם מיט דער קאָנסטיטוציע וואָס עס וועט אָננעמען די קאָנסטיטוציאָנעלע פֿאַרזאַמלונג ניט שפּעטער ווי דעם 1טן אָקטאָבער 1948 – וועט דינען דער פֿאָקלסראַט ווי דער דערווײַליקער מלוכה־ראַט, און זײַן אויספֿיר־אָפּטייל, די פֿאָלקס־אַדמיניסטראַציע, וועט מיט זיך פֿאָרשטעלן די דערווײַליקע רעגירונג פֿון דער ייִדישער מלוכה, וואָס וועט אָנגערופֿן ווערן בײַם נאָמען ישׂראל.
מדינת־ישׂראל וועט זײַן אָפֿן פֿאַר עלייה און פֿאַר קיבוץ־גלויות; זי וועט שטיצן די אַנטוויקלונג פֿון לאַנד לטובֿת די אַלע תּושבֿים אירע; זי וועט זײַן פֿאַרלייגט אויפֿן יסוד פֿון פֿרײַהייט, יושר און שלום אין ליכט פֿון דער וויזיע פֿון די נבֿיאים פֿון ישׂראל; זי וועט מקיים זײַן פֿולשטענדיקע געזעלשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע גלײַכבאַרעכטיקייט אַלע אירע בירגער אָן אונטערשייד פֿון רעליגיע, ראַסע און מין; זי וועט פֿאַרזיכערן פֿרײַהייט פֿון רעליגיע, געוויסן, לשון, דערציִונג און קולטור; זי וועט היטן די הייליקע פּלעצער פֿון אַלע רעליגיעס; און זי וועט זײַן געטרײַ די פּרינציפּן פֿון טשאַרטער פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער.
מדינת־ישׂראל איז גרייט מיטצואַרבעטן מיט די אינסטיטוציעס און רעפּרעזענטאַנטן פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער כּדי מקיים צו זײַן די רעזאָלוציע פֿון דער פֿאַרזאַמלונג פֿון 29סטן נאָוועמבער 1947, און וועט אַדורכפֿירן די עקאָנאָמישע פֿאַראייניקונג פֿון גאַנץ ארץ־ישׂראל.
מיר רופֿן די פֿאַראייניקטע פֿעלקער צו געבן אַ האַנט דעם ייִדישן פֿאָלק בײַם בויען די ייִדישע מלוכה און אָנצונעמען מדינת־ישׂראל אין דער ברידערשאַפֿט פֿון פֿעלקער.
מיר רופֿן – אין מיטן דער אַטאַקע וואָס מע פֿירט קעגן אונדז במשך די חדשים – צו די אַראַבישע אײַנוווינער פֿון מדינת־ישׂראל צו היטן שלום און אָנטייל צו נעמען אין אויפֿבויען די מדינה אויפֿן יסוד פֿון פֿולער און גלײַכער בירגערשאַפֿט און פֿולער רעפּרעזענטאַציע אין אַלע אירע אינסטיטוטציעס, סײַ דערווײַליקע, סײַ באַשטיייִקע.
מיר שטרעקן אויס די האַנט אַלע שכנישע מלוכות און זייערע פֿעלקער ווי אַן אָנבאָט פֿון שלום און גוטער שכנימשאַפֿט, און מיר רופֿן זיי צו שטעלן קעגנזײַטיקע פֿאַרבינדונגען פֿון אַרבעט און הילף מיטן אומאָפּהענגיקן ייִדישן פֿאָלק אין זײַן לאַנד. מדינת־ישׂראל איז גרייט צו געבן צו שטײַער אין דער צוזאַמענאַרבעט לטובֿת דער אַנטוויקלונג פֿון גאַנצן מיטל־מיזרח.
מיר רופֿן צום ייִדישן פֿאָלק אין אַלע תּפֿוצות זיך צו סאָלידאַריזירן מיט די ייִדן פֿון ייִשובֿ מיט עלייה און אויפֿבוי, און צו שטיין לעבן אונדז אין גרויסן געראַנגל נאָכן קיום פֿון דער דורותדיקן חלום – גאולת־ישׂראל.
מיט בטחון אין דעם פֿעלדז פֿון ישׂראל שרײַבן מיר אונטער מיט אונדזערע חתימות די דאָזיקע פּראָקלאַמירונג אויף דער זיצונג פֿון דערווײַליקן מלוכה־ראַט, אויפֿן באָדן פֿון היימלאַנד, אין דער שטאָט תּל־אָבֿיבֿ, דעם ערבֿ־שבת, פֿינף טעג אין אייר תּשח, דעם 14טן מײַ 1948.
דוד בן־גורין
דניאל אַוסטער מרדכי בנטובֿ צחק בן־צבֿי אליהו בערלין פּרץ בערנשטיין הרבֿ וואָלף גאָלד מאיר גראָבאָווסקי יצחק גרינבוים ד"ר אַבֿרהם גראַנאָווסקי אליהו דאָבקין מאיר ווילנער־קאָוונער זרח וואַרהאַפֿטיג הערצל ורדי רחל כּהן הרבֿ קלמן כּהנא סעדיה כּוֹבאַשי הרבֿ יצחק מאיר לווין מאיר דוד לווינשטיין צבֿי לוריאַ גאָלדע מאירסאָן נחום ניר צבֿי סגל הרבֿ יהודה לייב הכּהן פֿישמאַן דוד צבֿי פּינקס אַהרן זיסלינג משה קאָלאָדני אליעזר קאַפּלאַן אַבֿרהם קאַצנעלסאָן פֿעליקס ראָזנבליט דוד רמז בערל רעפּעטור מרדכי שאַטנער בן־ציון שטערנבערג בכור שיטריתּ משה שאַפּיראַ משה שרתּוֹק
(ייִדיש: ש. בערגער)