לדלג לתוכן

מבשר טוב

פֿון װיקיפּעדיע

מבשר טוב איז דער נאמען פון אן אלבאם פון צעהן חסידישע ניגונים וואו בן-ציון שענקער, דער מאדזשיצער בעל תפילה, זינגט ניגונים וואס ער האט קאמפאזירט.

אויף קאסעטע איז עס ערשינען אין 1995 און אויף סי די אום 2002.

דער אלבאם איז אראנזשירט דורך דעם פיאניסט יאראן גערשאווסקי וועלכער שפילט אויף דער פיאנע. עס איז פארשפרייט געווארן דורך מזמור דיסטריבוטערס.

אויף דעם ערשטן ניגון דארט "יקום פורקן" שרייבט ער אז ער האט דאס נאך קאמפאזירט לכבוד זיין חתונה, פינעף און פערציג יאר פריער.

ער שרייבט אז רבי משה וואלפסאן האט אים געהאלפן מיט דעם יודישן ניגון "קרב יום".

ערשטע זייט:

  • יקום פורקן
  • מזמור לדוד, דער ליד איז געווארן א וועלט'ס ניגון
  • זה היום
  • קרב יום, א שטאטע ניגון מיט יודישע ווערטער
  • הרחמן

צווייטע זייט:

  • הטוב, שטאט און דערנאל שנעל
  • מה נאוו, פאמעליך
  • כי שימחתני, וואלץ
  • את צמח דוד, פאמעליך
  • במהרה יבא, לעבעדיג