לדלג לתוכן

מאנאטעיזם

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון מאָנאָטעיזם)

מאָנאָטעיִזם איז דאס גלויבונג אז עס איז פאראן נאָר איין אויבערשטער, אן אלעם-גרעסטן וועזן ברייט פאררופן מיטן נאמען גאט. די גלויבונג איז אז דער איינער גאט האט באשאפן די וועלט, איז אלמעכטיג, געפינט זיך אומעטום, ווייסט אלץ און פירט די וועלט.

די פאלגענדע אמונות זענען מאנאטעיסטיש: איסלאם, אַטעניזם, באַביזם, באַהאַ'י, דעיזם, דרוזיזם, עטליכע סעקטן פון הינדואיזם (אַזאַנע ווי שאַיוויזם און וואַישנאַוויזם), טענריקיאָ, טשעאָנדאָיזם, יזידיזם, יידישקייט, מאַנדאַייזם, סיקהיזם, סעיטשאָ-ניט-ייע, עקאַנקאַר, קריסטנטום און ראַסטאַפאַרי. עלעמענטן פונעם מאָנאָטעיסטישן געדאַנק טרעפן זיך אין אוראלטע רעליגיעס, ווי צום ביישפיל זאָראָאַסטריזם, אלטע כינעזישע רעליגיע, און יאַהוויסם.[1] אין יאר 2000 האבן אומגעפער 55% פונעם וועלטס באפעלקערונג געהערט צו די דריי עיקר מאנאטעיסטישע רעליגיעס: יידישקייט, קריסטנטום און איסלאם.[2]

דאס ווארט מאנאטעאיזם קומט פון גריכיש μόνος (מאנאס)[3] וואס באדייט "איינצל" און θεός (טעאס)[4] וואס באדייט "גאט".[5]

  1. Encyclopædia Britannica. מאנאטעיזם, Monotheism.
  2. אייגון, מוראט (October 2007). מאנאטעיזם, פון א סאציא-פאליטיש און עקאנאמישן שטאנדפונקט, Monotheism (From a Sociopolitical and Economic Perspective). Institute for the Study of Labor.
  3. Monos, Henry George Liddell, Robert Scott, A Greek–English Lexicon, at Perseus
  4. Theos, Henry George Liddell, Robert Scott, A Greek-English Lexicon, at Perseus
  5. The compound μονοθεισμός is current only in Modern Greek. There is a single attestation of μονόθεον in a Byzantine hymn (Canones Junii 20.6.43; A. Acconcia Longo and G. Schirò, Analecta hymnica graeca, vol. 11 e codicibus eruta Italiae inferioris. Rome: Istituto di Studi Bizantini e Neoellenici. Università di Roma, 1978)