לעשאויטא

פֿון װיקיפּעדיע
א דובלין פייער בריגאדע לעשאויטא

א לעשאױטאָ אָדער לעשמאַשין איז א ספעציעלער לאסטאויטאָ וואס טראנספארטירט פֿייערלעשער אינאיינעם מיט זייערע געצייג צו פייערן.

א טאנק און א פאמפע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

צו לעשן א פייער דארף מען האבן א סאך וואסער וועלכע ווערט געפיטערט דורך א פייער הידראנט אין א שטאט אדער אן אזערע (א מאל א שווימבּאַסיין) אין פארווייטערטע ערטער. דער פאמפע אױטאָ איז די וויכטיגסטע זאך צו באקעמפן א פייער ווייל דער אױטאָ דינט אלס דער פאמפ צו טרייבן דאס וואסער פון ווי אימער דאס קומט צו דער פייער. אין דער אױטאָ איז פאראן א גרויסער טאנק וועלכע אנטהאלט געווענליך טויזנט גאלאנען וואסער.

דער טאנק איז וויכטיג פאר צוויי סיבות. ערשטנס דארף דער אױטאָ שטענדיג זיין פול מיט וואסער אין פאל מען דעגרייכט א פייער און עס איז נישט פאראן קיין באלדיגע קוואל פון וואו צו נעמען וואסער אדער ווען די פייער לעשער ווילן לעשן א קליינע פייער צו וועלכע עס פעלט נישט אויס קיין סאך וואסער און עס איז א שאד די צייט צו גיין אויפדרייען א פייער הידראנט. דער טאנק ווערט אויך גענוצט אלס א פארמיטלער צווישן דעם וואסער קוואל און דאס וואסער וואס ווערט ארויסגעפאמפט פון דעם אויטא.

די פייער הידראנט אויף דער גאס איז א קוואל פון וואסער און ווען מען דרייט דאס אויף קומט ארויס וואסער אונטער דריק גענוי ווי ווען מען עפנט אויף א וואסער קראן. אבער דאס וואסער איז ווייט פון גענוג קראפטיג עס זאל קענען גענוג שנעל דורכגיין לאנגע שלויכן עס זאל זיין גענוג צו לעשן א גרויסע פייער. צו דעם פארלאנגט זיך א שטארקע פאמפ וועלכע ליגט אריינגעבויט אין יעדן לעשאױטאָ. דער פאמפ שלעפט אריין וואסער אינעם טאנק און פון דארט ווערט עס ארויסגעפאמפט צו די שלויכן. כדי דאס זאל ארבעטן גענוג שנעל פעלט זיך אויס א וואסער טאנק ווייל דאס פארקירצערט די לאנגע וועג וואס דאס וואסער דארף גיין דורכדעם וואס עס דינט ווי א נייע וואסער קוואל.

נאך א סיבה פארוואס מוז האבן א וואסער טאנק איז וויבאלד געווענליך וועלן די פייער לעשער דארפן עטליכע שלויכן צו באקעמפן דעם פייער פון עטליכע זייטן און דאס דארף קענען געטאן ווערן פון איין אױטאָ און דאס איז נאר מעגליך אויב עס איז פאראן א וואסער טאנק וועלכע סופלייט דאס וואסער פאר אלע שלוכן.

דאס וואסער פאמפ איז זייער א קראפטיגער פאמפ וועלכע זיצט אינעם פאדערשטן טייל פונעם אױטאָ אונטער די בענק ווי די פייער לעשער זיצן. דער פאמפ פארמאגט אן אייגענע דיזל מאטאר וועלכע גיט אים א שטארק טרייב קראפט אויף אזוי ווייט אז דאס וואסער וועלכע שטראמט ארויס פון די שלויכן קען אוועקבלאזן א מענטש און אמאל אויסשיסן א פענסטער.

פונעם טאנק זענען פאראן געווענליך 10 עפענונגן פון וועלכע עס קענען ארויסגעצויגן ווערן מערערע האוזעס לויט וויפיל עס פעלט זיך אויס צו באקעמפן דעם פייער. די האוזעס ווערן אנגערופן וואסער ליניעס און דאס ווערט קאנטראלירט דורך א ספעציעלע קאנטראל צענטער וועלכע געפינט זיך אויפ'ן דאך פונעם אױטאָ. ווען א פייער אויטא דעגרייכט א פייער סצענע וועלן די סערוויס מענער אנהייבן ארויסציען עטליכע וואסער ליניעס לויט וויפיל זיי טראכט זיי וועלן דארפן. דער קאנטראלירער וועט באלד ארויפשפרינגן אויפ'ן דאך און עפענען דעם וואלוו און קאנטראלירן די ליניעס לויט דער פארלאנג פון וואסער וואס זיי דארפן האבן. איין ליניע וועט גענוצט ווערן צו שפריצן פון די גאס און וועט דארפן א שטארקע פרעשור פון גאר אסאך וואסער און א צווייטע ליניע וועט גענוצט ווערן דורך א גרופע וועלכע שפאצירט אריין אין די געביידע און דארפן ווייניגער פרעשור ווייל זיי דארפן א בעסערע קאנטראל צו זען ווי זיי האלטן מיט'ן פייער קאמף.

אויסער די וואסער טאנק איז פאראן א צווייטע טאנק וועלכע אנטהאלט 20 גאלאנען פון א ספעציעלע פאום וועלכע ווערט גענוצט צו באדעקן פארשידענע פליסיגע כעמיקאלן וועלכע קענען אויפרייסן ווען עס ווערט אויפגעהיצט. אין אן אויטא פייער נוצט מען געווענליך די סארט פאום צו פארמיידן די פארשידענע כעמיקאלן וואס אן אויטא פארמאגט פון אויפרייסן. עס זענען פאראן צוויי ערליי פאום סארטן וועלכע ווערן גערופן קלאס עי. און קלאס בי. דער פאום טאנק פארמאגט קלאס עי. פאום וועלכע ווערט מער אפט גענוצט און די קלאס בי. פאום ווערט געהאלטן אין א ספעציעלע קאמפארטמענט פאר ווען עס וועט אויספעלן.

עס זענען פאראן פארשידענע וואסער ליניעס פון פארשידענע שלויך גרויסקייטן און ווייטקייט. ווען די פייער לעשער קומען אן צו א פייער סצענע וועלן זיי דארפן אנאליזירן וואספארא סארט פייער דאס איז און וועלכע וואסער ליניעס מען דארף ארויסשלעפן דערצו. אין רוב פעלער וועלן זיי נוצן די וואסער ליניע וועלכע זיי רופן קראוסלעי האוז וועלכע איז 1.5 אינטשעס אין דיאמעטער דיק און 200 מעטער לאנג. די קראוסלעי האוז איז גוט פאר רוב פייערן און טרייבט ארויס 95 גאלאנען וואסער פער מינוט וועלכע איז נישט צו שטארק און נישט צו שוואך. פאר א קלענערע פייער וועלן זיי נוצן א האוז וועלכע איז נאר איין אינטש אין דיאמעטער וועלכע ווערט גערופן א בוסטער ליניע. די שטערקסטע וואסער ליניע איז א האוז פון 3 אינטשעס אין דיאמעטער וועלכע טרייבט ארויס טויזענט גאלאנען וואסער פער מינוט און ווערט גענוצט צו שפריצן פון די גאס אויף א גרויסע פייער.

רוב וואסער ליניעס דארפן באהאפטן ווערן דורך די פייער לעשער ווען זיי קומען אן צו די סצענע. כדי צו שפארן צייט אין א פייער איז פאראן עטליכע גרייטע וואסער ליניעס וועלכע ליגן ארומגעדרייט און די פייער לעשער קענען דאס באלד נוצן. די ליניעס האבן א קראפט פון 250 גאלאנען פער מינוט אבער זיי זענען נישט גענוג לאנג און די פייער לעשער וועלן באלד דארפן באהעפטן אנדערע לאנגע וואסער ליניעס.

א באזונדערע וואסער ליניע ווערט גענוצט צו ברענגן דאס וואסער פון א פייער הידראנט. די האוז דערצו איז 5 אינטשעס אין דיאמעטער און איז 100 פיס לאנג. געווענליך וועלן די פייער לעשער ברענגן דער אױטאָ נאנט צו די פייער הידראנט זיי זאלן נישט דארפן ציען מער שלויכן וואס געדויערט צייט. אבער אין א ספעציעלע קאמפארטמענט האבן זיי 25 און 50 פיסיגע האוזעס וועלכע זענען געמאכט פאר דעם צוועק אין פאל דער אױטאָ קען נישט גיין גענוג נאנט.

דער לייטער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער לייטער אױטאָ איז וויכטיג ווען מען דארף באקעמפן א פייער אין א געביידע וועלכע איז מער ווי איין שטאק. אין שטאטישע פייערן וועט מען געווענליך באלד ברענגן א לייטער אױטאָ וויבאלד רוב הייזער זענען מער ווי איין שטאק. אבער אין פארווייטערטע שטעטלעך און ווילעדזשעס וועט מען דאס נאר ברענגן אויב מען דארף דאס האבן.

די לייטער הייבט זיך און נידערט דורך א פיסטאן וועלכע איז א שלויך וואס זיצט אין א צווייטער שלויך און ציט זיך ארויס פון דארט. דאס ארבעט מיט היידראליק פליסיקייט וועלכע שטראמט אריין דורך א פאמפ און שטופט ארויס דער אינעווייניגסטער שלויך וואס ציט אויס דעם לייטער. יעדע פיסטאן פארמאגט א וואלוו וועלכע האלט אפ די פליסיקייט פון צוריק ארויסרינען. ווען מען וויל צוריק אראפנידען די לייטער וועט מען עפענען דעם וואלוו אביסל און די פליסיקייט ווען צוריק אריינרינען אין איר ספעציעלן טאנק און די לייטער וועט זיך צוריק איינציען.

די לייטער ווערט אפערירט דורך דריי טיילן. די ערשטע איז די הויפט פיסטאן וועלכע ציט אויס די לייטער ווי מיר האבן יעצט דערמאנט. די צווייטע איז א פאר פון צוויי קליינע פיסטאנס וועלכע הייבן די לייטער ארויף און אראפ, און דריטענס איז פאראן א באזונדערע מאטאר וועלכע דרייט די גאנצע פלאטפארמע אויף וועלכע די לייטער זיצט פון רעכטס צו לינקס. די פייער לעשער דארפן כאטש איינמאל א וואך פרובירן די לייטער אויב אלעס ארבעט געהעריג און דאס איז א טייל פון א איבונגן פראגראם.

אינעם לייטער לויפט א 3 אינטשיגע האוז וועלכע איז די איינציגסטע וואסער ליניע פון דעם לייטער אױטאָ. די ליניע האט א דיאמעטער פון דריי אינטשעס און טרייבט ארויס טויזנט גאלאנען וואסער פער מינוט און ווערט גענוצט צו שפריצן פון דער הייך אויף אראפ וועלכע איז א גוטע מיטל צו דערשטיקן א פייער.

ווען די לייטער ווערט אויסגעצויגן דארף דער אױטאָ באפעסטיגט ווערן אין פלאץ וועלכע ווערט געטאן דורך צוויי אוטריגערס וועלכע זענען ווי צוויי באזונדערע פיס וועלכע ווערט גענוצט ביי רוב לאסט אויטאס וועלכע האבן לייטערס אדער שלעפ עקוויפמענט. דער גאנצער פראדעצור פון קאנטראלירן די לייטער און די אוטריגערס ווערט געטאן דורך א קאנטראל צענטער און איינער דארף דארט זיצן די גאנצע צייט.

פארשידענע געצייג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פארשידענע שווערע געצייט דארף גענוצט ווערן דורך פייער לעשער צו ברעכן טירן און פענסטערס, באהעפטן שלויכן, עפענען די פייער הידראנט, און מעדיקאלע געצייג ווען זיי דארפן באהאנדלן א פארוואונדעטע פאציענט. צווישן די געצייג (טולס) וועלכע געפינען זיך דארט זענען:

פאס זייער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאס איז א אייזערנע זייער וועלכע ווערט געלייגט אונטער די הויז וועלכע ווערט גענוצט צו ברענגען וואסער פון אן אזערע אדער סווימינג פול און פילטערט אויס די שמוץ עס זאל נישט אריינגיין אין די וואסער ליניע און פארלאנגזאמען די וואסער סופליי אדער שעדיגן דעם מאטאר.

נעזלעך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס זענען פאראן פארשידענע ערליי נאזעלס (עק טייל פון א האוז פון וואו דאס וואסער קומט ארויס) געוואנדן לויט די סיטואציע. עס איז פאראן אזעלכע וואס צעשפרייטן דאס וואסער און אנדערע וואס שיקן דאס וואסער אין א גלייכע שטארקע שטראם. עס איז אויך פאראן א ספעציעלע נאזעל וועלכע מאכט א נעפל פון וואסער און ווערט גענוצט אין פארשידענע עקסטרעמע וועטערס.

דער שוים אינדוקטאר[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאס איז א ספעציעלער נאזעל וועלכע ווערט גענוצט צו שפריצן וואסער און פאום אין די זעלבע צייט. די נאזעל האט צוויי עפענונגן און דאס וואסער און פאום מאטריאל ווערט געפיטערט דורך צוויי באזונדערע האוזעס וועלכע קומען אריין אונטער איר.

אנדערע געצייג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

א רייע העק ליגן אין א באזונדערע קאמפארטמענט. די העק ווערן גענוצט צו ברעכן ווענט און אויפרייסן טירן און אפפליקן שיטראק און די דאך כדי די פייער לעשער זאלן קענען צוקומען איבעראל און זיכער מאכן אז אלע פייער איז דערשטיקט.

אלע לעשויטאָס אפארמאגן א אי-עם-עס קאמפארטמענט וואו זיי האלטן אלע געצייג וואס אן אמבולאנס האט, אריינגערעכנט א דיפיברילעיטאר, אקסיגן טאנק, און א טראומא דזשאמפ קיט.

עס זענען פאראן אלע סארט צווענגלעך און רענטשעס וועלכע ווערן גענוצט אויפצודרייען און פארמאכן די האוזעס און פייער הידראנט. אין א באזונדערע קאמפארטמענט ליגן די ספעציעלע געצייג וועלכע ווערט גענוצט אויפצושניידן אן אויטא אין פאל פון אן עקסידענט. די סארט געצייג ווערן גערופן "Jaws of Life" און עס וואלט גענוצט א באזונדערע ארטיקל צו עקלערן צו וואס און וויאזוי מען נוצט אט די אלע געצייג און מאשינען.

איינע פון די קאמפארטמענטס אנטהאלטן פארשידענע ערליי פענס וועלכע ווערן גענוצט ארויסצובלאזן רויך פון צימערן כדי די פייער לעשער זאלן קענען אונטערזוכן דאס פלאץ. איינע פון די פענס איז א ספעציעלע פרעשור פען אין וועלכע מען באהעפט א האוז און די רויך גייט ארויס פון דארט אונטער פרעשור.

די אויטאָס פארמאגן אויך ספעציעלע דעק מאטריאל וועלכע די פייער לעשער וועלן נוצן צו באדעקן מעבל און אנדערע טייערע געצייג אין א הויז א שטאק אונטער א פייער פון וועלכע עס וועט אראפרינען שטויב, מאטריאל, און וואסער.

נאך זאכן וואס ליגן דארט זענען: שטריק צו קריכן, צוויי סארט לייטערס וועלכע הענגן אין די זייטן, טשעין סאו צו שניידן א דאך, א פשוט'ע פייער עקסטינגווישער צו פערלעשן קליינע פייערן, און א בעקבאורד וועלכע ווערט גענוצט צו פירן פארוואונדעטע מענטשן וועלכע קענען נישט גיין אויף די אייגענע פיס.

אלע קאמפארטמענטס האבן נומערן און אלע פייער לעשער דארפן וויסן אויסעווייניג ווי יעדע סארט געצייג ליגט מען זאל דאס נישט דארפן זוכן ווען מען דארף דאס האבן. די קאמפארטמענטס זענען ספצעיעל געבויט לויט די געצייג און עקוויפמענט וואס ליגט דארט עס זאל זיין גרינג ארויסצונעמען און אריינלייגן.


א זיץ פאר יעדן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לעשאויטאָס זענען געבויט צו טראגן א סאך סערוויס מענער צו אן עמערגענץ ארט. אין א געווענליכע סצענע וועלן קומען עטליכע אויטאָס מיט צענדליגער סערוויס מענער. דער אויטאָ האט פלאץ פאר יעדן מיט אירע דזשאמפ זיצן וועלכע געפינען זיך אין די צווייטע רייע פון דעם פאדערשטן טייל פון טראק. אין די ערשטע רייע זיצן דער שאָפער און דער פייער קאָמאַנדיר.

דער שאָפער דארף קענען די מלאכה ווייל אזא שווערער אויטאָ (דארט ליגט טויזענט גאלאנען וואסער און גאר שווערע עקוויפמענט) קען זיך נישט גרינג אפשטעלן איינעמאל עס פארט שנעל. ווער רעדט נאך פון פארמיידן עקסידענטן צו וועלכע זיי דארפן זיין געווארענט. אויב אן אויטא זאל זיך צוזאמענקראכן מיט א לעשאויטאָ וועט דאס זיין א מערדערישער אקצידענט. דער דרייווער איז דער קאנטראלירער פון די וואסער ליניעס און ער קאמיוניקירט מיט די סערוויס מענער דורכאויס די גאנצע סצענע.

יעדער אויטאָ טראגט א קעפטעין וועלכער איז דער באפעל געבער פאר די סערוויס מענער. ווען מען דעגרייכט א פייער סצענע וועט דער קעפטעין אנאליזירן דעם פייער און באפעלן די סערוויס מענער וואס צו טאן. דער קעפטעין בלייבט די גאנצע צייט נעבן דער אויטאָ און איז פארבינדן מיט די סערוויס מענער דורך די ראדיא אין וועלכע ער הערט די סיטואציע און גיט ווייטערדיגע באפעלן. דער קעפטעין איז א לאנג יעריגער פייער עקספערט און טראגט די אחריות פון אלע זיינע סערוויס מענער זיי זאלן נישט געשעדיגט ווערן און אויב יא וויאזוי מען זאל דאס באהאנדלן.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: לעשאָױטאָס