לייסיק

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון לעיסיק)

LASIK (לייסיק אדער לאַזיק) איז דער נאמען פון א לאזער אפעראציע אויף די אויגן, אז מ'זאל נישט דארפן מער ברילן.

דאס איז א וועג וואס מען שטעלט צוריק דעם זעקראפט נאטירליך, מיט לאזער; מען שניידט אויס די קליינע טיילן וואס שטערן די רעטינע צו זען קלאר און נאטירליך.

אין דער אפעראציע ווערן די נאטורלעכע לינדזן פון די אויגן פריש אויסגעפארעמט דורך די הילף פון א לאזער וועלכע רירט נישט צו פיזיקאליש צו די אויגן. לייסיק איז אן אפיציעלער אלטערנאטיוו צו אויגן ברילן וועלכע פארבעסערט דעם מענטשן'ס זעקראפט מיט דעם דעווייס אבער פאררעכט נישט דעם פראבלעם און טייל האלטן אז עס פארערגערט גאר.

LASIK איז ראשי תיבות לאזער אסיסטעד אין סיטו קעראטאמאלאסיס.


די אויגן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער גרינגסטער וועג צו ביישפילן די אויגן איז א קאמערא. דער אויג פארמאגט אן עפענונג וועלכע ווערט גערופן דאס שווארצאפל, א לינדז וועלכע דעקט צו און באשיצט דאס שווארצאפל, א פילם וועלכע ווערט גערופן די רעטינע, און א גרופע פיצעלע מוסקעלן וועלכע קאנטראלירן די אויגן.

דאס שווארצאפל איז א טיפע לאך וועלכע איז צוגעדעקט מיט א לינדז איר צו באשיצן. די לינדז ווערט אנגערופן די קארניא. אינעווייניג ביים עק פון די לאך איז די רעטינע וועלכע איז א גרופע פון עטליכע צעלן. די רעטינע איז סענסיטיוו צו ליכטיקייט גענוי ווי די פילם פון א קאמערע. די רעטינע רעקארדירט וואס זי זעט און שיקט דאס אפ צום מוח וועלכע ליינט דאס אפ נאכאנאנד. די מעסעדזשעס קומען אן אין אן אויגן בליק פונקט ווי אלע מיליאנען מעסעדזשעס וועלכע דער מוח באקומט יעדע רגע. וויבאלד די אויג איז קיילכדיג איז די רעטינע געדרייט צו קענען אויפכאפן ליכטיקייט פון אלע זייטן.

יעדעס מאל דאס אויג קוקט אויף אן אביעקט פאסירט 3 זאכן: 1) דאס בילד מוז קלענער ווערן צו די סייז פון דער רעטינע. 2) די ליכטיקייט מוז זיך צוזאמענקומען מיט דאס בילד. 3) און דאס בילד מוז זיך איינדרייען צו קענען גרייכן די רעטינע. כדי די אלע זאכן זאלן קענען געשען האט השי"ת באשאפן א לינדז וועלכע ליגט צווישן די רעטינע און דאס שווארצאפל. די לינדז אינעווייניג אין אויג איז אויסגעפארעמט אז אינדערמיט איז עס זייער דיק און ווערט דינער וואס מער צו די זייטן. דאס מאכט אז דאס בילד און די ליכטיקייט זאלן זיך צוזאמענקומען און גרייכן די רעטינע.

ווען א מענטש זעט נישט גוט קענען זיין דריי סיבות דערצו: 1) אז די לינדז איז נישט ריין. 2) די לינדז ווערט אפגעשוואכט און קען נישט צוזאמעננעמען די ליכטיקייט און דאס בילד. 3) אדער אז די לינדז איז נישט גוט אויסגעפארעמט. די אויגן פראבלעמען וואס מענטשן האבן ווערן צוטיילט אין דריי קאטעגאריעס: 1) מיאפיע, א ווייטע בילד איז נישט קלאר. וואס געשעט איז אז דאס בילד ווערט צו שנעל געשיקט צום מוח און ווערט נישט געהעריג צוזאמענגענומען אין די רעטינע. דאס איז די מערסט אויפגעכאפטע פראבלעם וועלכע קען פארראכטן ווערן מיט א מיינעס גלאז. א מיינעס גלאז שטופט דאס בילד ווייטער און גיט די רעטינע מער צייט אויפצוכאפן וואס עס זעט. ווי שטערקער די גלאז איז אלס ווייטער ווערט דאס בילד אפגעשטופט. 2) הייפעראפיע, איז פונקט פארקערט. א נאנטע בילד איז נישט גענוג קלאר צוליב דעם זעלבן פראבלעם. דאס ווערט פארראכטן מיט א פלאס גלאז וועלכע פארגרעסערט דאס בילד. 3) אסטיגמאטיזם, די אויגן גייען ארויס פון ארדענונג און ארבעטן נישט צוזאמען. ווייניג מענטשן האבן דעם פראבלעם.

מיינעס גלעזער וועלכע רוב מענטשן טראגן איז געמאכט פון פלאסטיק גלאז און איז דיקער פון די זייטן און דינער אינדערמיט. דאס מאכט אז די ליכטיקייט זאל גיין צו די זייט און דאס בילד זאל גיין אינדערמיט וואס אויטאמאטיש ווערט דאס בילד אפגעשטופט ווייטער. א פלאס גלאז ארבעט פונקט פארקערט. עס איז דיקער אינדערמיט און דינער אויף די זייטן וואס ברענגט דאס בילד נענטער. טייל מענטשן ליידן פון ביידע פראבלעמען און האבן ביידע גלעזער אויפאיינמאל.

די לאזער אפעראציע פאררעכט צום בעסטן די מיאפיע פראבלעם פון וועלכע רוב מענטשן ליידן אבער קען אויך אין טייל פעלער פאררעכטן אנדערע אויגן פראבלעמען.


דער לעיסיק קאנצעפט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין אלע סארט לעיסיק אפעראציעס טוען די לאזער שטראלן צוריק אויספארעמען די פאדערשטע לינדז (קארניא) אז די ליכטיקייט שטראלן זאל אריינקומען אין דעם שווארצאפל אויף די באשטימטע סיסטעם ווי א געווענליכע אויג. די לעיזער שטראל רעכנט אויס די ריכטיגע מאסנאמען פאר יעדע אויג און שניידט אראפ די איבעריגע טייל פון די לינדז דורך אריינשיינען אירע שטארקע שטראלן וועלכע מאכט די לינדז אויסוועפן מייקראסקאפישע טיילן אזוי לאנג ווי דער דאקטער וועלכע קאנטראלירט דאס באשטעטיגט אז עס איז שוין גענוג. די לעיזער טוט אויך ארומרירן די מייקראסקאפישע טיילן פון איין ארט צום צווייטן כדי צוריק צו פארמירן די אויג איינמאל די נישט גוטע טיילן זענען באזייטיגט.

די טבע פון די קארניא איז אז עס היילט זיך זייער שנעל. איינמאל די אפעראציע איז פאראיבער שמעלצן זיך אריין די בארירטע טיילן צו זייער נייע היים און די אויג ווערט פארהיילט גאר שנעל. דאס מאכט די אויגן לעיזער אפעראציע אזוי סוקסעפול און אויפגעכאפט צווישן מענטשן.

פארשטייט זיך אז עס זענען פאראן מעגליכע פראבלעמען וואס קענען אונטערקומען דורכאויס די אפעראציע. אמאל מאכט זיך אז די לעיזער נעמט נישט אראפ גענוג פון די לינדז און דער פראבלעם בלייבט ווייטער ווי בעפאר און אמאל מאכט זיך פונקט דאס פארקערטע ווען די לעיזער נעמט בטעות אראפ צופיל און עס שאפט זיך א נייע פראבלעם. א דריטע פראבלעם וואס קען זיך מאכן איז אויב די בארירטע טיילן שמעלצן זיך נישט גוט צוזאמען און עס בלייבט איבער א פיצעלע "באבעל" וואס כאטש מען קען עס נישט זען מיט די מענטשליכע אויג שטערט עס די אויג פון זען געהעריג אדער מאכט די זעהקראפט אומקלאר.

אין רוב פעלער קענען די פראבלעמען פארראכטן ווערן מיט א צווייטע אפעראציע אבער אויב די טעות איז א משהו ממש וועט דער דאקטאר געווענליך עצה'ן דעם פאציענט נישט איבערצומאכן די אפעראציע צוליב די ריזיקעס וואס יעדע אפעראציע איז אויסגעשטעלט. א גוטער דאקטער מיט אסאך ערפארונג מאכט זעלטן א טעות און קען אפערירן צענדליגער מענטשן אין איין טאג.

ווי מענטשן ווייסן איז אויך פאראן א מעגליכקייט צו ווערן בלינד (ח"ו) פון די אפעראציע און טאקע דערפאר אפערירט מען איין אויג אויפאמאל. די שאנסן צו ווערן בלינד איז אבער זייער קליין און וועט נאר פאסירן צו א פאציענט וועלכע איז נישט געווען קיין קאנדידאט דערפאר. דער דאקטאר זוכט אונטער יעדן פאציענט בעפאר די אפעראציע זיכער צו מאכן אז ער אדער זי איז גרייט דערפאר.

דער מאשין וואס מאכט די אפעראציע איז קאמפיוטערייזד אבער ווערט קאנטראלירט דורך א געלערנטער טעכניקער. רוב לעזיק צענטערן נוצן די זעלבע סיסטעם וועלכע ווערט אנגערופן לעזיק עקסימער און איז געמאכט דורך איי-בי-עם.

די אפעראציע פראדעצור[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די פאלגענדע איז דער באריכט פון א פאציענט וועלכע ערקלערט זיין אפעראציע:

צום אלעם ערשט האב איך געברויכט אונטערשרייבן א אינפארמאטיווע קאנסענט אין וועלכע איך בין מסכים דורכצוגיין די אפעראציע און איך פארשטיי די ריזיקעס וואס דאס קען ברענגן. דער דאקטאר האט מיך אראפגעזעצט פארנט פון זיין טיש און מיר קלאר מסביר געווען דער פראדעצור פון די אפעראציע כדי איך זאל דאס פארשטיין און נישט זיין נערוועז.

באלד דערנאך האט מען מיך אריינגעפירט אינעם אפעראציע צימער און איך האב מיך אראפגעזעצט אויף די ספעציעלע בענקל ווען א געהילף האט אראפגענידערט די אויבערשטע טייל פון די בענקל ביז מיינען אויגן זענען געווען אונטער'ן לעיזער. דער לעיזער טעכניקער האט געריקט די טיילן פון די מאשין אהין און צוריק ביז ער האט געטראפן די ריכטיגע פאזיציע.

פארשטייט זיך אז די אויגן מוזן זיין אפען דורכאויס די אפעראציע און כדי דאס צו ערמעגליכן האט א געהילף ארויפגעלייגט א שטיק סקאטש טעיפ אויף די אויבערשטע אויג וויע און האט אריינגעשטעלט א מעטאלענע זאך אין די עפענונג.

דער דאקטאר האט דערנאך ארויפגעשטעלט אן אייזערנע רינג אויף די אויג און אריינגעשטעלט די לעיזער אין דעם. איך בין געזאגט געווארן צו קוקן גלייך אין די רויטע שטראל איינמאל עס ווערט אקטיוויזירט. די מינוט איז אנגעקומען און א שטארקע רויטע שטראל האט אריינגעשיינט גלייך אינעם שווארצאפל. די גאנצע זאך האט נישט געדויערט מער ווי 17 סעקונדן אבער פאר מיר האט עס אויסגעקוקט פיל לענגער ווען איך ווייס אז איך מעג זיך נישט רירן פון ארט און איך קען נישט בלינקן מיט די אויגן.

איינמאל די אפעראציע אויף די רעכטע אויג איז געווען סוקסעפול האט מען באלד גערוקט די לעיזער העכער מיין לינקע אויג און דאס זעלבע האט זיך איבערגעשפילט. אלעס איז געגאנגן געשיקט און ווען איך האב געקוקט אויף מיין זייגער האב איך מיך איבערגעצייגט אז עס האט גענומען ווייניגער ווי 15 מינוט פון ווען איך האב אריינגעטרעטן אים דעם אפעראציע צימער ביז איך בין געווען אינדרויסן. איך האבן נישט געשפירט קיין שום ווייטאג נאר אביסל אומבאקוועמליכקייט ווען איך האב געשפירט ווי מיינע אויגן ווערן געבאדערט אן די מעגליכקייט איך זאל עס קענען פארמאכן אדער אוועקדרייען.

באלד נאך דער אפעראציע האט מען מיך ארויסגעפירט פון דעם צימער און און מען האט מיר געגעבן א ספעציעלע צודעק פאר די אויגן וועלכע פארמאגט פיצעלע לעכער גענוג אויף צו קענען זען וואו צו גיין און אין דער זעלבער צייט באשיצן די אויגן מען זאל עס נישט קענען צורירן. כאטש איך האב נאך געזען זייער אומקלאר האב איך פון צווישן די שפאלטענעס קלאר געזען אז מיינע אויגן זענען בעסער געווארן ווי בעפאר.

דער דאקטאר האט מיך אנגעזאגט נישט אויסצוטאן די ספעציעלע אויג צודעק ביז דעם אנדערן אינדערפרי און האט מיר געגעבן 3 ערליי טראפן, צוויי פון זיי ענליך צו ארגינעלע לינדזעס טראפן וועלכע האלטן צוריק די אויגן פון אויסטרוקענען, איינס פאר בייטאג און די אנדערע פאר ביינאכט, און אנטיביאטיק וועלכע האלט צוריק אן אינפעקציע.

דעם אנדערן אינדערפרי ווען איך בין אויפגעשטאנען האב איך מיך אויפגעוועקט אן אנדערער מענטש. איך האב אראפגענומען מיין צודעק און איך האב קלאר געקענט זען אלעס ארום מיר. קיין זאך האט נישט וויי געטאן און די אויגן איז געווען נאס ווי נארמאל. מיינע אויגן זענען געווען אביסל רויט און איך האב שווער געקענט עפענען מיינע אויגן אין א שטארקע ליכטיקייט אבער איך בין אנגעזאגט געווארן בעפאר אז דאס איז נארמאל פאר די ערטשע עטליכע וואכן.

אין די טעג און וואכן נאך די אפעראציע האב איך געברויכט צוריקגיין צום דאטקאר 6 מאל: א טאג דערויף, א וואך דערויף, א מאנאט דערויף, 3 מאנאטן דערויף, 6 מאנאטן דערויף, און א יאר דערויף. אין יעדע פון די באזוכן האט א געהילף אונטערגעזוכט ביידע אויגן פאר עטליכע מינוט צו זען אז אלעס היילט זיך ווי נארמאל. און ביי די 3 מאנאטן באזוך בין איך געמאלדן געווארן די גוטע נייעס אז די היילונג איז פארטיג און איך האב עררייכט א 20/20 זעהקראפט.