ליסטע פון פרעמיער מיניסטארן פון קאנאדע

פֿון װיקיפּעדיע
פרעמיער
(פארטיי)
קאדענץ פארל-
אמענט
פאקטן
1טער דזשאן אלעקסאנדער מעקדאנעלד
(ליבעראל-קאנסערוואטיוו)
1 יולי 1867
5 נאוועמבער 1873
...
1
2
...
א סקאטישער אפשטאמיגער וועלכער איז געקומען קיין קאנאדע ביי די פינף יאר אלט. ער איז געווען אן אדוואקאט. זיין בילד געפינט זיך אויף די 10 דאלאר ביל.
2טער אלעקסאנדער מעקענזי
(ליבעראל)
873'
878'
...
3
אויך א סקאטישער. ער איז געווען דער ערשטער ליבעראלער פרעמיער מיניסטער.
- דזשאן אלעקסאנדער מעקדאנעלד
(ליבעראל-קאנסערוואטיוו)
אקטאבער 1878
יוני 1881
4
5
6
7
...
(צווייטער קאדענץ)
3טער דזשאן דזשאסעף קאלדוועל אבאט
(ליבעראל-קאנסערוואטיוו)
891'
892'.
...
...
ער איז געווארן פרעמיער מיניסטער ביי די 70 יאר ווערנדיג דער ערשטער קאנאדער געבוירענער פרעמיער מיניסטער. ער איז געווען א מיטגלידער אין ביידע פארטייען.
4טער דזשאן ספערא דעיוויד טאמפסאן
(קאנסערוואטיוו)
892'
894'
...
...
ער איז געווען א קאטוילישער און געווען פרעמיער פון נאווע סקאשע. ער איז געשטארבן אין אפיס ביי די 50.
5טער מאקעניזיע באוועל
(קאנסערוואטיוו)
894'
896'
...
...
אן ענגליש געבוירענער וועלכער האט אימיגרירט קיין קאנאדע ביי די 10 יאר אלט. דער ערשטער קאנסערוואטיווער פרעמיער מיניסטער.
6טער טשארלס טאפער
(קאנסערוואטיוו)
מאי 1, 1896
יולי 8, 1896
... ער איז געווען פרעמיער מיניסטער נאר 2 מאנאטן מיט 7 טאג אין 896'. ער האט בעפאר געוואונען 11 עלעקציעס אבער ווען ער איז ענדליך אנגעקומען צו העכסטן בענקל איז ער באלד באזיגט געווארן דורך די ליבעראלן.
7טער ווילפריד לאריער
(ליבעראל)
1896
1911
... א ליבעראלער וועלכער איז געווען א פארלאמענט מיטגליד פאר 44 יאר. ער איז געווען דער ערשטער פראנצויזיש אפשטאמיגער פרעמיער מיניסטער. זיין בילד איז אויפ'ן 5 דאלאר באנקנאט.

8) ראבערט לעירד בארדן. 911' – 917'. א קאנסערוואטיוו יונאניסט. ער האט געהאט דאס ווייניגסטע ערציאונג פון אלע פרעמיער מיניסטארן אבער איז באצייכנט געווארן אלס קאנאדע'ס קלוגסטער און מערסט געלערנטער פרעמיער מיניסטער. זיין בילד ליגט אויפ'ן 100 דאלאר ביל.

9) ארטור מעגען. ער איז נאר געווען פרעמיער מיניסטער פאר דריי מאנאטן אין 926'. ער איז געווען א מיטגלידער אין ביידע פארטייען.

10) וויליאם ליאן מעקענזי קינג. דער לענגסטער אין אמט, אלעס צוזאמען איבער 21 יאר. ער איז 3 מאל געווען פרעמיער מיניסטער. 21' – 26', 26' - 30', 35' – 48'. ער איז געווען פרעמיער מיניסטער ביי די צווייטע וועלט קריג און איז אנגעבליך געווען א שונא ישראל. ער האט זיך געטראפן מיט היטלער אין 37' און האט אים באצייכנט אלס א גוטער מענטש. ער האט אפגעזאגט און צוריקגעשיקט א שיף מיט טויזנעטער אידישע אימיגראנטן ענדע קריג. זיין בילד איז אויפ'ן 50 דאלאר ביל.

11) ריטשארד בעדפארד בינעעט. 30' –35'. א קאנסערוואטיוו. ער איז געווען א מיטגלידער אין די בריטישע הויז אוו לארדס.

12) לואיס סטעפאן סעינט לורענט. 48' - 57'. א ליבעראלער פון קוויבעק.

13) דזשאן דזשארדזש דיפענבעיקער. 57' – 63'. א קאנסערוואטיווער. ער איז געווען א צווייטע וועלט קריג וועטעראן.

14) לעסטער באוועלס פערסאן. 63' – 68'. א ליבעראלער. האט געוואונען די נאבעלע שלום פרייז פאר די לעזונג צום סועז קאנאל קריזיס.

15) פיער עליאט טראדאו. 68' – 79'. א ליבעראלער פון מאנטרעאל, קוויבעק. ער איז געווען באוואטסט מיט זיינע גוטע אינקניפונגן מיט די פאראייניגטע שטאטן.

16) טשארלס דזשאסעף (דזשאו) קלארק. 79' – 80'. א קאנסערוואטיוו. דער יונגסטער פרעמיער מיניסטער פון קאנאדע וועלכער איז איינגעשוואוירן געווארן ביי די 39 יאר.

17) דזשאן נעפיער טורנער. א ליבעראלער. ער איז נאר געווען פרעמיער מיניסטער פאר עפעס מער ווי 2 מאנאטן אין 84'.

18) מארטין ברייען מאלראני. 84' – 93'. א קאנסערוואטיוו פון קוויבעק.

19) קים קעמפבעל. א קאנסערוואטיוו. זי איז געווען די ערשטע פרוי פרעמיער מיניסטער פון קאנאדע און אויך די ערשטע נאטיווע. זי איז געווען אין אמט 6 מאנאטן אין 93'.

20) דזשאן דזשאסעף דזשעקווא קרעטיען. 93' - 03'. קרעטיען איז א ליבעראלער פון קוויבעק. קרעטיען האט סערווירט 34 יאר זינט ער איז ערשט ערוועלט געווארן אין 63'.

21) פאול מארטין. 03' - 06'. מארטין האט איבערגענומען קרעטיען נאך זיין רעטייערמענט און געוואונען נאך א מאנדאט.

22) סטיוון הארפער. 15' - 06'. הארפער איז א קאנסערוואטיוו און איז דער גרינדער פון די פארטיי וועלכע איז עטליכע יאר פריער פארמירט געווארן פון צוויי אנדערע פארטייען.

23) זשוסטען טרודא

טייל פרעמיער מיניסטארן פון קאנאדע זענען ווידער ערוועלט געווארן נאכדעם וואס זיי זענען ארויס פון אפיס. אט איז די ריכטיגע סדר:

מעקדאנעלד. מעקענזי. מעקדאנעלד. אבאט. טאמפסאן. באוועל. טופער. לוריער. בארדן. בארדן (אין זיין צווייטע טערמין האט ער געוואונען אין א נייע פארטיי, די יונאניסטן). מעגען. קינג. מעגען. קינג. בינעעט. קינג. סעינט לורענט. דיפענבעיקער. פערסאן. פיער טראדאו. קלארק. פיער טראדאו. טורנער. מאלראני. קעמפבעל. קרעטיען .מארטין. הארפער. זשוסטען טרודא.