לדלג לתוכן

ליאן

פֿון װיקיפּעדיע
ליאן
Lyon
www.lyon.fr
די שטאָט ליאָן

ליאן (פראַנצויזיש: Lyon) איז א שטאט אין מזרח־צענטראל פראנקרייך אינעאם רהאן־אלפן ראיאן, פלאצירט צווישן פאריז און מארסיי. ליאן געפינט זיך 470 ק"מ פון פאריז, 320 ק"מ פון מארסיי, 160 ק"מ פון גענף, 280 ק"מ פון טורין, און 600 ק"מ פון בארצעלאנע.

די שטאט האט א באפעלקערונג פון 472,305.

די שטאט איז געגרינדעט געװארן אין יאר 43 פאר דער ציווילער רעכענונג דורך דעם ראמאנישן פּראקאנסול לוסיוס מונאַטיוס פּלאַנקוס.

די גרױסע שול

אין יאָר 472 שרײבט דער דיכטער און ביסקופּ סידאניוס אַפּאלינאַריס, אַז ס'איז דא אין ליאן אַ ײדישע קהילה. עס איז דאס ערשטע מאל װאס ײדן זײנען דערמאנט אין די שטאט.

הײנט װױנען אין ליאן בערך 40000 ײדן מיט 40 שולס און 15 כשר רעסטאראנטס. די מערהײט פֿון זײ זײנען ספֿרדישע ײדן, װאס זײנען אנגעקומען אין פֿראנקרײך בעת די 1960ער יארן.

די גרױסע אַשכּנזישע שול איז געבױט געװאָרן אינ 1863 און 1864.

4°50′32″N 45°45′35″E / 4.84222°N 45.75972°E / 4.84222; 45.75972