ערד'ס אטמאספער
דער ערד'ס אַטמאספֿער איז א דעק פון גאז, ארום דעם ערד פלאנעט וואס ווערט געהאלטן דארט צוליב גראוויטאציע. די אטמאספער דערמעגלעכט לעבן אויף דער ערד דורך איר איינזאפן מערסטן טייל פון דער אולטרא וויאלעט שטראלונג וואס דערגרייכט פון דער זון און פארמיידט גרויסע דיפערענצן אין טעמפעראטור צווישן טאג און נאכט. 75% פון די גאזן אין דער אטמאספער געפינען זיך ביז א הייך פון 11 ק"מ איבערן ים-שפיגל. ענדערונגען אין דער אטמאספער שאפן קלימאט און וועטער.
צוזאמענשטעל פון דער אטמאספער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער צוזאמענשטעל פון דער ערד'ס אטמאספער טוישט זיך כסדר. די אטמאספער פארלירט וואסערשטאף. פלאנצן אויף דער ערד געבן ארויס זויערשטאף אין דער אטמאספער דורך פאטאסינטעזיע. היינט, פונעם אוועקשניידן די וועלדער און ברענען ברענשטאף, איז די קוואנטיטעט זויערשטאף אראפ און די קוואנטיטעט קוילן-זייערס ארויף.
די אטמאספער איז צוזאמענגעשטעלט פון די פאלגנדע גאזן:
- 78.084% שטיקשטאף
- 20.948% זויערשטאף
- 0.934% אַרגאָן
- 0.0314% קוילן-זייערס
- א ווינציגערע קוואנטיטעט פון די פאלגנדע גאזן:
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
- NASA אטמאספער מאדעלן (ארכיווירט 13.02.2013 ביי דער Wayback Machine)
- NASA's Earth Fact Sheet
- American Geophysical Union: Atmospheric Sciences
- Stuff in the Air Find out what the atmosphere contains.
- Layers of the Atmosphere
- Answers to several questions of curious kids related to Air and Atmosphere (ארכיווירט 15.05.2013 ביי דער Wayback Machine)
- The AMS Glossary of Meteorology
- Paul Crutzen Interview Free video of Paul Crutzen Nobel Laureate for his work on decomposition of ozone talking to Harry Kroto Nobel Laureate by the Vega Science Trust.
- Slides describing the Earth's modern atmosphere
- Air Property (ארכיווירט 17.04.2009 ביי דער Wayback Machine)