לאקאל נעצווערק
מראה
(אַריבערגעפֿירט פון לאקאלער נעטווארק)
א לאָקאַל נעצװערק (local area network LAN) איז א קאמפיוטער נעצווערק וואס איז צעשפרייט אויף א באגרענעצטער שטח, אין איין בנין אדער עטלעכע נאענטע בנינים. עס איז אנדערש ווי א מוניציפאל נעצווערק וואס איז צעשפרייט איבער א שטאט, אויך אנדערש ווי א פארשפרייט נעצווערק וואס קען זיין צעשפרייט איבער דער גאנצער וועלט. א לאקאלער נעצווערק איז א סך שנעלער ווי די אנדערע אויבן דערמאנטע נעצווערקן.
דאס ערשטע לאקאלע נעצווערק איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1977 (ה'תשל"ז) דורך Datapoint װאָס האָט באדינט צו איינטיילן הארטדיסקן. היינט זיינען דא סטאנדארטן באשטימט דורך IEEE וואס ערלויבן אויך צו איינטיילן אפדרוקערס, פארבינדונגען צו אנדערע נעצווערק, רוטירירן, און לאסטן איינטיילונג.
די עיקר טעכנאלאגיעס וואס מען ניצט אין א לאקאלן נעצווערק זענען Ethernet און Wi-Fi.