לדלג לתוכן

וואטערלו מזרח באן סטאנציע

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון לאנדאן וואטערלו מזרח)
קאארדינאטן: 51°30′14″N 0°06′32″W / 51.504°N 0.109°W / 51.504; -0.109
וואטערלו מזרח נאציאנאלע באן
בילד

וואטערלו מזרח פון דעם לאנדאנער אויג

(למפת צענטראל לאנדאן רגילה)
 
וואטערלו מזרח
וואטערלו מזרח

לאקאציע פון וואטערלו מזרח אין צענטראל לאנדאן

לאקאלער סטאנציע נאמען: Waterloo East
יאר געעפנט: 1869
לאקאציע: סאוט באנק
בארא: לאמבעט
פארוואלטער: סאדאיסטערן
צאל פעראנען: 4
סטאנציע קאד: WAE
טראוולקארטע זאנע: זאנע 1
נאציאנאלע באן יערלעכע פאסאזשירן
2014-15 ארויף 7.872 מיליאן
2015-16 ארויף 9.921 מיליאן

וואטערלו מזרח (ענגליש: Waterloo East), אויך באקאנט ווי לאנדאן וואטערלו מזרח, איז א צענטראל לאנדאן סטאנציע אויף דער ליניע פון טשארינג קראס אדורך לאנדאן ברידזש קיין קענט אין דרום־מזרח ענגלאנד. כאטש איז וואטערלו מזרח א דורך־סטאנציע, ווערט זי גערעכנט ווי א לאנדאנער וואקזאל פאר בילעט-צוועקן. אלע באנען ווערן אפערירט דורך סאדאיסטערן. די סטאנציע איז אין טראוולקארט זאנע 1.

די פיר פעראנען ווערן גערופן מיט בוכשטאבן (A, B, C, D) אנטשטאט נומערן כדי מענטשן וואס ארבעטן סיי ביי וואטערלו מזרח און סיי ביי וואטערלו זאלן נישט אויסמישן די פעראנען.

די סטאנציע האט געעפנט אין יאנואר 1869 מיטן נאמען וואטערלו קנופ. דער היינטיקער נאמען שטאמט פון מיי 1977

עסקאלאטארן קיין וואטערלו מזרח סטאנציע פון סאדארק אונטערגרונט סטאנציע

באנען ״ארויף״ קיין טשארינג קראס פארן פון פעראנען B און D. באנען פון פעראנען A און C פארן ״אראפ״ קיין גרייווזענד, דזשילינגהאם, דארטפארד, הייז, סעוונאקס, הייסטינגס, דאווער און ראמזגייט.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: וואטערלו מזרח באן סטאנציע
פריערדיקע סטאנציע   נאציאנאלע באן נאציאנאלע באן   פאלגנדע סטאנציע
סאדאיסטערן
דרום-מזרחדיקע הויפט ליניע