לדלג לתוכן

כתריאל צבי שרהזאהן

פֿון װיקיפּעדיע
הרב כתריאל צבי שראזאהן

רבי כתריאל צבי שרהזאהן (ה'תקצ"ט - ה'תרס"ה) האט געגרינדעט די ערשטע רעליגיעזע אידישע צייטונג אין אמעריקע מיטן נאמען די ניו יארקער אידישע צייטונג. דאן איז ער געווארן רב אין סיראקיוז און דערנאך האט ער ארויסגעגעבן א פרישע צייטונג מיטן נאמען די יודישע גאזעטן.


כתריאל צבי שרהזאהן איז געבוירן תקצ"ט אין פייזער, סואוואלק צו זיין פאטער הרב אליהו שראזאהן פון מיכאלישקי, רב פון סואוואלק און מחבר פון "אגדת אליהו" אויף דער הגדה של פסח. אין תרכ"ו האט ער אימיגרירט אין אמעריקע. אין תרל"א האט ער זיך באזעצט אין ניו יארק סיטי וואו ער איז געווען א פיאניר פון דער יידישער פרעסע.

און אין יאר 1885 האט ער געגרינדעט א צווייטע צייטונג "דער טאגעבלאט", וועלכע האט זיך עווענטועל פאראייניגט מיטן מארגן זשורנאל.

ער איז געווען א וויצע־פרעזידענט פונעם ארטאדאקסן יוניאן. ער האט באזוכט ארץ ישראל אין תרנ"ה און אין תרס"א.