כירורג

פֿון װיקיפּעדיע
כירורגן ביי אן אפעראציע

א כירורג איז א דאקטער וואס ספעציאליזירט אין כירורגיע.


היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער ערשטער וואס האט באשריבן אן אפעראציע איז געווען דער אינדישער דאקטער סושרוטע, וואס האט געלעבט אינעם 6טן יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג.

אין דער פריערדיקער היסטאריע איז דער פאך פון כירורג נישט געווען קיין באזונדערער פאך, נאר איז געווען פארבונדן מיטן פאך פון שערן. דער זעלבער מענטש פלעג שערן מענטשן און אויך שניידן מיט זיין שערל. דאס האט אפט פאסירט אויף א קאמף־פעלד אדער אין רעגירונגס־הויף. מיט דער אנטוויקלונג פון מעדיצין און פסיכאלאגיע האבן די פאכן פון שערן און כירורגיע זיך געשיידט פון אנאנד און אינעם 19טן יארהונדערט איז דער פאך שערער־כירורג בטל געווארן.


זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]