לדלג לתוכן

כארכע לואיס בארכעס

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון כארכע לויס בארכעס)
כארכע לואיס בארכעס
Jorge Luis Borges
געבורט 24 אויגוסט 1899
בוענאס איירעס, ארגענטינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 14 יוני 1986 (אלט 86)
גענף, שווייץ רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ארגענטינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
כארכע לואיס בארכעס

כארכע לואיס בארכעס (שפּאַניש: Jorge Luis Borges;‏ 1899 - 1986) איז געווען אן ארגענטינער שרייבער אויף שפאניש, בארימט איבערהויפט וועגן זיין קורצע דערציילונגען. אויך איז ער געווען א דיכטער.

אין 1955 האט מען אים באשטימט פראפעסאר פון ענגלישער ליטעראטור אינעם אוניווערסיטעט פון בוענאס איירעס.

בארכעס איז געבוירן געווארן אין בוענאס איירעס, ארגענטינע, און זיין משפחה האט זיך געצויגן אין דער שווייץ אין 1914. דארט האט ער שטודירט אינעם קאלעזש פון גענף. די משפחה פלעג פארן אומעטום אין אייראפע, איינשליסניג שפאניע. ווען ער איז צוריק אין דער ארגענטינע אין 1921 האט בארכעס אנגעהויבן פארעפנטלעכן זיינע פאעסיעס און עסייען אין ליטערארישע זשורנאלן. אויך האט ער געארבעט ווי א ביבליאטעקאר און לעקטאר. אין 1955 האט מען אים באשטימט דירעקטאר פון דער נאציאנאלער ביבליאטעק, און אויך פראפעסאר פון ענגליש־ליטעראטור ביים אוניווערסיטעט פון בוענאס איירעס. ביי דער עלטער פון 55 איז ער געווארן אינגאנצן בלינד. מען זאגט אז זיין בלינדקייט האט אים געהאלפן שאפן אינאוואטיווע ליטערארישע סימבאלן דורך פֿאנטאזיע. ביז די 1960ער יארן האט מען איבערגעזעצט זיין ארבעט און ברייט פארעפנטלעכט אין די פאראייניגטע שטאטן און אייראפע.

בארכעס אליין איז געווען באהאוונט אין עטלעכע שפראכן.