ישכר בער ריבאק
מראה
געבורט |
2 פעברואר 1897 יעליסאוועטגראד, כערסאנער גובערניע, רוסלענדישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
21 דעצעמבער 1935 (אלט 38) פאריז, פראנקרייך |
מדינה | פראנקרייך |
לערנארט | קיעווער קונסט-שולע |
פאך | מאלער, קעראמיקער |
ישׂכר בער ריבאַק (2טן פעברואר 1897 - 21סטן דעצעמבער 1935) איז געווען א יידישער קונסטלער, וואס איז געבוירן אין דער רוסלענדישער אימפעריע אין יעליסאוועטגראד (היינט קראפיווניצקי, אוקראינע). ער האט שטודירט קונסט אין קיעוו. זינט 1926 האט ער געלעבט אין פאריז. זיינע קונסט איז כּמעט נאר אויפ יידישע טעמעס און שילדערט דאס יידישע לעבן אין שטעטלעך פון אוקראַיִנע. אין זיינע בילדער קען מען באמערקן אויך די טראוומעס פון דער ערשטער וועלט-מלחמה און די פאגראמען.
ריבאַק איז געשטאָרבן צום יונגן עלטער פֿון 38 יאָר.
ריבאַק׳ס אַלמנה האָט געגרינדעט דאָס ריבאַק־הױז אין 1963 אין פאריז.