יעקב עמדין
געבורט |
4 יוני 1697 אלטאנע, דייטשלאנד |
---|---|
טויט |
19 אפריל 1776 (אלט 78) אלטאנע, דייטשלאנד |
מדינה | דייטשלאנד |
פאטער | צבי הירש אשכנזי |
חתימה | |
רבי יעקב ישראל עמדין (ט"ו סיון ה'תנ"ח, אלטאנא – ל' ניסן ה'תקל"ו), אויך באקאנט ווי יעב״ץ (יעקב עמדין בן צבי) אין געווען א רב און א גרויסער תלמיד חכם און מחבר פון ספרים (וואס ער האט אליין געדריקט).
ער איז געווען א זון פון רבי צבי אשכנזי (דער ״חכם צבי״).
רבי יעקב איז געווען אויסגערופן אלס א גאר שטארקער קנאי קעגן סיי וואס עס שמעקט פון משיחי שקר, רבי יעקב האט געפירט א פארביסענע מלחמה קעגן רבי יהונתן אייבעשיץ צוליב דעם וואס ער האט חושד געווען אז רבי יהונתן האט מחשבות זרות אין דעם ענין.
דער סידור היעב"ץ אדער סידור רבי יעקב עמדין איז געווארן שטארק אנגענומען ביי חסידים און אסאך האבן זיך באניצט בלויזן מיט דעם סידור.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יעקב איז געבוירן געווארן אין אלטאנא (היינט אין דייטשלאנד) ט"ו סיוון ה'תנ"ח צו רבי צבי הירש אשכנזי, באקאנט ווי דער "חכם צבי".
אין יאר ה'תע"ו האט ער חתונה געהאט מיט רחל, טאכטער פון זיין רבי׳ן הרב מרדכי הכהן כ"ץ, בראדער רב, א זון פון הרב נפתלי כ"ץ - מחבר פון סמיכת חכמים, און האט געוואוינט אין ברעסלוי.
אין יאר תפ״ח איז ער געווארן רב פון עמדין, אבער נאך פיר יאר האט ער איבערגעלאזט זיין שטעלע.
בזיווג שלישי האט ער געהייראט זיין ניכטע א טאכטער פון זיין ברודער הרב אפרים אשכנזי.
זיינע ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- שו״ת שאילת יעבץ (צוויי בענדער)
- לחם שמים (אויף משניות)
- מור וקציעה (אויף שולחן ערוך)
- מגדל עוז
- עמודי שמים (א סידור)
- הגהות אויף ש״ס
א – תורת הקנאות (ארכיווירט 19.02.2022 ביי דער Wayback Machine)
ב – שפת אמת (ארכיווירט 19.02.2022 ביי דער Wayback Machine)
ג – אספקלריה המאירה (ארכיווירט 19.02.2022 ביי דער Wayback Machine)
ד – לוחות עדות (ארכיווירט 19.02.2022 ביי דער Wayback Machine)
ה – שבירת לוחות האון (ארכיווירט 19.02.2022 ביי דער Wayback Machine)
ו – מאירת עיניים (ארכיווירט 19.02.2022 ביי דער Wayback Machine)
ז – פתח עינים (ארכיווירט 19.02.2022 ביי דער Wayback Machine)
ח – בית יהונתן הסופר (ארכיווירט 19.02.2022 ביי דער Wayback Machine)
ט – עדות ביעקב (ארכיווירט 19.02.2022 ביי דער Wayback Machine)
י – עקיצת עקרב (ארכיווירט 19.02.2022 ביי דער Wayback Machine)
יא – ספר התאבקות (ארכיווירט 19.02.2022 ביי דער Wayback Machine)
יב – ספר שמוש (ארכיווירט 19.02.2022 ביי דער Wayback Machine)
יג – מגילת ספר – מהדורת כהנא עם הגהות והוספות (ארכיווירט 19.02.2022 ביי דער Wayback Machine)