יידיש־ליגע
די ייִדיש־ליגע איז אַן אומפּאַרטיייִשע נישט־פּראָפֿיטיקע ייִדיש־אָרגאַניזאַציע, וואָס איז פֿאַרלייגט געװאָרן אין 1979 כּדי צוצושטעלן אַן אָרגאַניזאַציאָנעלן אונטערשפּאַר דער מאָדערניזירונג, נאָרמירונג און באַניץ פֿון דער ייִדישער שפּראַך אין אַלע אַספּעקטן פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן. די אָרגאַניזאַציע האָט מיטגלידער אַרום דער וועלט אין פֿאַרשידענע מדינות און קאָנטינענטן. דער הויפּט־ביוראָ געפֿינט זיך אין ניו־יאָרק.
אידעאָלאָגיע פֿון דער אָרגאַניזאַציע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די ייִדיש־ליגע איז אַ ייִדישיסטישע אָרגאַניזאַציע וואָס אירע צילן זענען:
- צו אינספּירירן מענטשן זײ זאָלן רעדן ייִדיש אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן
- צו הײבן דעם פּרעסטיזש פֿון ייִדיש װי אַ לעבעדיקע שפּראַך, סײַ אין, סײַ מחוץ, דעם ייִדיש־שפּראַכיקן ציבור
- צו אַגיטירן פֿאַר דער מאָדערניזירונג פֿון ייִדיש.
אין זכות פֿון אירע צילן איז די ייִדיש־ליגע אײנע פֿון די זעלטענע אָרגאַניזאַציעס אין דער הײַנטיקער שפּראַכיקער און קולטורעלער ייִדיש־סבֿיבֿה װאָס פֿירט אַלע אירע אַקטיװיטעטן, פּובליקאַציעס, טרעפֿונגען, און אַדמיניסטראַטיווע אַרבעט, כּמעט אין גאַנצן אױף יידיש.
געשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די ייִדיש־ליגע איז געגרינדעט געװאָרן אין 1979 דורכן לינגװיסט און ייִדיש־פּראָפֿעסאָר ד"ר מרדכי שעכטער, ווי אַ שפּעטערדיגע גלגול פֿונעם ייִדישע טעריטאָריאעליסטישע אָרגאַניזאַציע: די "פֿרײַלאַנד־ליגע", וואָס האָט געגלייבט און געשטיצט דעם געדאַנק פֿון אויפֿשטעלן אַ יידישע טעריטאָריע נישט דווקא אין ארץ־ישראל, און ייִדיש ווי דער עיקר ייִדישע שפּאַרך [1]. ווען ד"ר מרדכי שעכטער האָט פֿאַרשטאַנען אַז ס'זענען שוין נישט געבליבן אַסאַך מענטשן וואָס שטיצן דעם געדאַנק האקט ער אין 1979 געביטן די אָרגאַניזאַציעס נאָמען און צילן צו איר הײַנטיגער אומפּאַרטייישער נאָמען: "ייִדיש־ליגע", מיט דעם עיקר ציל צו שטיצן ייִדיש און ייִדיש קולטור, דורך שפּראַך־סטאַנדאַרטיזאַציע, דערמונטערן ייִדיש נוץ אין אַלע אַספּעקטן פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן, און קולטור טו אויף ייִדיש [2].
הײַנט צו טאָג איז די פֿאָרזיצער פֿון דער עקזעקוטיװע: גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט ד"ר מרדכי שעכטערס טאָכטער [3].
טעטיקייטן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אויפֿן שוועל: די ייִדיש־ליגע גיט אַרױס צוויי טאָפּל־נומערן אַ יאָר אַ ייִדיש־שפּראַכיקן זשורנאַל מיטן נאָמען: אױפֿן שװעל. דער זשורנאַל גײט אַרױס זינט 1941 (דעמאָלט ווי דער אָרגאַן פֿון דער פֿרײַלאַנד־ליגע פֿאַר טעריטאָריאַליסטישער קאָלאָניזאַציע), דער זשורנאַל גיט זיך אָפּ מיט ייִדיש לעבן, ליטעראַטור, קולטור און לינגװיסטיק דער זשורנאַל איז הײַנט צו טאָג געדרוקט קאָלירט, מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס, און ברײטע גלאָסאַרן צו עטלעכע אַרטיקלען כּדי צוצוהעלפֿן דעם נײַערן לײענער. דער זשורנאַל האָט אַן ערך 800 אַבאָנעמענטן [4].
שעף רעדאַקטאָרן דורכן יאָרן:
1941 -1942: אברהם ראָזין (פסעוודאָנים: בן אדיר).
1942 - 1956: יצחק נחמן שטיינבערג.
1957 - 1979: ד"ר מרדכי שעכטער, לייבל באַיאָן.
1979 - 2005: ד"ר מרדכי שעכטער.
2005 - 2020: שבֿע צוקער.
2020 - ביז הײַנט: ד"ר מרים טרין.
מיטאַרבעטערס זײַנען: גיטל שעכטער־װישװאַנאַט - סטיל־רעדאַקטאָר, יאַנקל סאַלאַנט - קינסטלערישער רעדאַקטאָר. במשך די יאָרן האָבן געשריבן אין אויפֿן שוועל װיכטיקע ייִדישע שרײַבערס ווי: רבֿקה באַסמאַן־בן־חײם, אַהרן גלאַנץ־לעיעלעס, יעקבֿ גלאַטשטײן, אַבֿרהם סוצקעװער, רחל קאָרן, מלך ראַװיטש, און נאָך.
"ווערטער פֿון דער וואָך": ייִדיש ליגע פּובליקירט אַקטועלע טערמינאָלאָגישע רשימות אַמאָל מיט נײַע אָדער באַרבעטע-צוגעפּאַסטע ווערטער, אויף פֿייסבוק, טוויטער און אויפן אָפֿיציעלן וועבזײַטל, דאָס שטעלט די ייִדיש ליגע ווי דער איינציגע אָרגאַניזאַזציע הײַנט וואָס טרעפֿט אויס נײַע וועטער אָדער אַרבעט מיט ווײַטער באַשטימען ענטפֿערס פֿון שפּראַך פֿראַגעס וועגן ייִדיש.
ווערטערביכער און לערנביכער: ייִדיש־ליגע האָט ארויסגעגיבן דורכן יאָרן פֿאַרשידענע ווערטרביכער און לערן ביכער, די וויכטיקסטע איז דאָס "אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך" (פֿאַרלאַג בײַם אינדיאַנע־אוניווערסיטעט/ ייִדיש־ליגע, 2016, און צווייטע אויפלאַגע 2021) — דאָס סאַמע מאָדערנסטע און ברייט־פֿאַרנעמיקסטע ענגליש־ייִדישע ווערטערבוך וואָס מע קען הײַנט קריגן. און בהדרגהדיק לייענוואַרג: מאָטל פּייסע דעם חזנס (ניו־יאָרק: ייִדיש־ליגע/עלסטערנוויק, אויסטראַליע: שלום־עליכם־קאַלעדזש, 2017), באַזירט אויף שלום־עליכמס מעשׂהלעך. און נאָך פּובליקאַציעס אויף ייִדיש וואָס ייִדיש ליגע פֿאַרקויפֿט אין דעם אָנלײַנקראָם [5].
ייִדיש ליגע האָט אויך ארויס געגעבן אַ דאָקומענטאַרער פֿילמען־פּראָיעקט — ,,אַ װעלט מיט װעלטעלעך: שמועסן מיט ייִדישע שרײַבערס".
ייִדיש ליגע פֿירט כסדר דירעקט און אָנלײַן קולטורעלע פּראָגראַמען ווי: לעקציעס, אונטערנעמונגען, סעמינאַרן, אא"וו. ייִדיש ליגע פֿירט אויך אַקטיווע סאָציעל־מעדיע קאַנאַלן און בלעטער ווי אויף: יוטיוב, פֿייסבוק, טוויטער.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- דער אָרגאַניזאַציעס געלט באַריכט אויפֿן וועבזײַטל: https://www.causeiq.com/
וועבלינקן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- וועבזײַטל: ייִדיש־ליגע
- ייִדיש־ליגע אויף סאָציעלע־מעדיע: פייסבוק
- ייִדיש־ליגע אויף סאָציעלע־מעדיע: טוויטער
- ייִדיש־ליגעיוטיוב קאַנאַל
- דיגיטאַלישע נומערן פֿון: "אויפֿן־שוועל", אויפֿן אָפיציעלע וועבזײַטל
- אַן אַרטיקל וועגן ייִדיש־ליגע (אויף עברית), באתר (https://ranaz.co.il/default.asp)
- א פּרסום פון דעם אונטערנעמונג לכבֿוד בייַטן דעם רעדאַקטער פֿון "אויפֿן־שוועל" , אויף ייווא'ס וועבזײַטל (https://ummerprogram.yivo.org/)
- ייִדיש־ליגע, אַ זוך רעזולטאַט אין דעם קאַטאַלאָג פֿון די נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק פֿון ישראל, אויף: (https://www.nli.org.il/he)
הערות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ לייענט: יצחק נחמן שטיינבערג, על מקומה של ה"פריילאנד" בחיים היהודיים, מארב, 28 באפריל 2012 (אויף העברעיש, איבערגעזעצט פֿון ייִדיש דורך ענגליש פֿון "אויפֿן שוועל" אָקטאָבער-נאָוועמבער 1948; איבערגעזעצט פֿון ענגליש צו העברעיש: נווה פרומר)
- ↑ די אָרגאַניזאַציעס צילן אויף אירע אָפֿציעלן וועבזײַטל
- ↑ דער פולע רשימה פֿונעם עקזעקוטיווע־מיטגליד אויפן אָפֿציעלן וועבזײַטל
- ↑ וועגן די געשיכטע פֿון אויפֿן שוועל לייענט: שבע צוקער,אויפֿן שוועל, גילגול פֿון אַ ייִדיש־זשורנאַלאויפֿן שוועל, נומער 352 - 353, זומער 2011
- ↑ ייִדיש ־ליגעס אָנלײַנקראָם