לדלג לתוכן

יחיאל ב"ר שמחה

פֿון װיקיפּעדיע

ר' יחיאל ר׳ שמחה׳ס איז געווען דער צווייטער זון פון פייגא דאס אייניקל פון בעש"ט, ער האט געהייסן נאך דעם טאטן פון פייגא, דער מאן פון אדל די טאכטער פון בעל שם טוב.

ר' יחיאל איז געווען א שטארקער חסיד פון זיין ברודער רבי נחמן מברסלב. ווען ער איז געקומען איינמאל צו זיין ברודער ר' נחמן אויף שבת, ביים שבת טיש האט מען גערעדט פון פארשידענע נייעס פון דער וועלט, ר' יחיאל האט עס באנק געטוהן ער האט זיך געטראכט, מיין ברודער רבי נחמן איז דאך א גרויסער רבי פון חסידים, זאל מען ביי אים רעדן זאכן וואס זען אויס ווי דברים בטלים? מוצאי שבת איז ער אריין צו זיין ברודער, זיין ברודער האט צוגעשפארט די טיר און האט אים געפרעגט געדענקט וואס אונז האבן גערעדט דעם שבת, די נייעס און די נייעס. אין דעם אלעם ליגט זאכן וויאזוי מען ווערט א ערליכער איד, און האט אים אויפגעוויזן וויאזוי פון דעם אלעם קען מען ווערן דערנענטערט צום באשעפער. ר' יחיאל האט פארברענגט מיט זיין ברודער א גאנצע נאכט, ביז ער איז ארויס פון דארט מיט פארוויינטער אויגן.‏[1]

ר' יחיאל איז געווען פון די חברייא פון זיין ברודער, פון די יושבים ראשונה במלכות, צומאהל פלעגט אים זיין ברודער שיקן אויף פארשידענע שליחות, עס איז געבליבן א היסטארישער בריוו וואס ר' נחמן שרייבט אים קעגן די מענטשן וואס ווילן אים שלעכטץ טוהן.

ער איז אוועק איין יאר נאך ר' נחמן, שנת תקע"ב.

  1. חיי מוהר"ן