לדלג לתוכן

יו.עס. צענזוס

פֿון װיקיפּעדיע

די יו.עס. צענזוס איז א אפיציעלע ציילונג פון דער באפעלקערונג אין די פאראייניגטע שטאטן, וואס קומט פאר איינמאל אין יעדע צען יאר. דער צענזוס ציילט די איינוואוינער אין די פארשידענע שטאטן און לאקאלן, און די רעזולטאטן ווערן צווישן אנדערע גענוצט צו באשטימען וויפיל פארשטייער יעדע שטאט וועט האבן אינעם קאנגרעס. אין טייל שטאטן ווערן די ציפערן אויך גענוצט צו איינטיילן לאקאלע דיסטריקטן פאר די לאגיסלאטורן.