לדלג לתוכן

יוסף מפוזנא

פֿון װיקיפּעדיע
יוסף מפוזנא
געבורט 1736 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 18 פעברואר 1801 (אלט 65 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הגאון הצדיק רבי יוסף לאנדא פון פוזנא (ה'תצ"וה' אדר ה'תקס"א), וועמען מ'האט גערופן יוסף הצדיק מיט גרויס אכטונג.

ר' יוסף איז געבוירן אום יאר ה'תצ"ו צו זיין פאטער ר' משה פינחס היילפערין, דער פרנס פונעם וועד ארבע ארצות אין לעמבערג, און צו זיין מוטער מרת רבקה, די טאכטער פון ר' ישראל איסר, פון די קהילה פירער אין זאלקווע.

ער איז א חתן געווארן גאר יונג, מיט הרבנית פריידא, די טאכטער פונעם נודע ביהודה. דאן האט נאך זיין שווער געדינט אלץ רב אין יאמפאלע, און צוליב דעם האט ער זיך גערופן אויפן פאמיליע נאמען 'לאנדא', לכבוד זיין גרויסן שווער. און ר' יוסף האט זיך דאן באזעצט אין שטאט זאלקווא.

אויסער זייענדיג א פוסק הלכות, איז ער געווען באוואוסט מיט זיין הייליגקייט, אז מ'האט עהם גערופן 'רבי יוסף דער צדיק'. און זיין שווער האט אים גאר שטארק געשעצט, און געשריבן אויף אים זעלטענע גרויסע לויב רייד.

פונעם יאר ה'תקל"ג האט רבי יוסף געדינט אלס רב אין עטליכע שטעט; אין יאַוואָראָוו, וויטקאוו, און אין סקאהל, און אין יאר ה'תק"ם האט מען אים אויפגענומען צו דינען ווי הויפט רב אין פוזנא.

ער איז אוועק אום ה' אדר ה'תקס"א, זייענדיג אומגעפער 75 יאר אלט, און מ'האט אים באהאלטן אין דער שטאט פוזנא, דארט וואו ער האט געדינט אלץ רב די שפעטסטע צוואנציג יאר.

פון זיינע חידושים איז געדרוקט געווארן א ספר "חידושי רבי יוסף מפוזנא". און שפעטערע יארן איז ארויסגעקומען נאך ספרים - פון זיינע געבליבענע כתבי ידות.

  • רבי יהודה לאנדא
  • רבי פנחס לאנדא
  • רבי דוד לאנדא
  • רבי ישראל משה לאנדא