לדלג לתוכן

טעלעפאן שווינדל

פֿון װיקיפּעדיע

לאנד דיסטענס שווינדלערייען איז אן אפטע פארברעכן פון קלענערע לאנג דיסטענס קעריער וועלכע זענען נישט געהעריג רעגולירט ווי די גרויסע טעלעפאן פירמעס.


לאנג דיסטענס טעלעפאן ביל

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

א לאנג דיסטענס טעלעפאן ביל קוקט אויס זייער פשוט אויפ'ן ערשטן בליק. עס זענען אויסגערעכנט אלע טעלעפאן קאלס, ווילאנג יעדע פון זיי האט געדויערט, און וויפיל דאס האט געקאסט לויט'ן באשטימטן פרייז. אבער אין גאר אסאך פעלער אויב מען וועט אנהייבן באטראכטן שורה פער שורה און דאס אויסרעכענען וועט מען שנעל באמערקן אז טייל טעלעפאן קאלס האבן טאקע געקאסט 0.04 צענט אבער אנדערע קומט אויס צו 0.08 צענט אדער מער. אויסער דעם זענען פאראן אסאך פירמעס וועלכע רעכנען צו אנדערע מאנאטליכע טשארדזשעס.

די ערשטע פאפעריי פון אסאך פירמעס איז דורך אפטיילן סטעיט צו סטעיט ווי צו אייער אייגענע סטעיט. די פירמעס אדווערטייזן אז זיי געבן סטעיט צו סטעיט פאר א ביליגע פרייז ווען אין פאקט איז די לאנג דיסטענס אין אייער אייגענע סטעיט אסאך טייערער און מען ווייסט ניטאמאל דערפון.

טייל פירמעס פארלאנגן א מאנאטליכע אפצאל פון בערך 5 דאלאר און געבן אייך א גוטע פרייז פאר אלע לאנג דיסטענס. דאס איז א געזונטע שווינדל פאר א גרויסע טייל קאסטומערס ווייל שטודיעס ווייזן אז א דורכשניטליכע הויז נוצט בערך 150 מינוט לאנג דיסטענס פער מאנאט. לאמיר נעמען אלס א ביישפיל אזא פאמיליע וועלכע באקומט א פרייז פון בלויז 0.04 צענט פער מינוט איבער גאנץ אמעריקע און קאנאדע 24 שטונדן פער טאג, 7 טאג א וואך. אויב איר וועט אבער צוזאמענרעכנען די 5 דאלאר מיט'ן סך הכל און דאס צוריק צעטיילן צו די 150 מינוט וועט דאס אויסקומען 0.07 פער מינוט.

אנדערע פירמעס האבן שטילערהייט רעגולאציעס איבער מינימום מינוטן און נאר דעמאלט באקומט מען די אדווערטייזטע פרייז. צום ביישפיל קען אמאל שטיין אויפ'ן קאנטראקט אז דער פרייז וועלכע איר באקומט איז נאר אויב די טעלעפאן קאל איז גענוג לאנג אז עס וועט קאסטן א מינימום פון 50 צענט. אויב נישט קאסט דאס פיל טייערער און מען באמערקט דאס נישט ווייל עס לויפט צווישן די שורות און קיינער רעכנט נישט אויס די מינוטן און די טשארדזשעס מיט א קאלקולעיטאר.

ווייטער איז פאראן אלע ערליי מינוטן. איין פירמע רעכנט פער סעקונדע און א צווייטע רעכנט יעדע נייע סעקונדע פאר א נייע מינוט וועלכע איז פיל טייערער אין די ענדע, ספעציעל אויב מען נוצט דאס אסאך. רוב פירמעס רעכנען היינט פער יעדע האלבע מינוט, וואס טייטש אז אויב איר רעדט 61 סעקונדן ווערט עס גערעכנט ווי איין און א האלב מינוט. אנדערע פירמעס רעכנען א גאנצע מינוט און די זעלבע 61 סעקונדן טעלעפאן קאל ווערט פאררעכענט פאר צוויי מינוט. דאס בעסטע איז צו טרעפן א פירמע וואס רעכנט די פרייזן פער סעקונדע. וואס טייטש אז אויב מען רעדט 121 סעקונדן ווערט דאס פאררעכנט אלס צוויי מינוט און איין סעקונדע און קאסט נאר ווי צוויי מינוט מיט איין סעקונדע.


אנדערע אפצאלן און שטייערן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס זענען פאראן צוויי ערליי אפצאלן וועלכע די טעלעפאן פירמעס קענען פארלאנגן לויט'ן געזעץ אבער עס איז נישט פאראן קיין באשטימטן פרייז דערפאר און מען דארף נאכקוקן וואס אייער פירמע בעט פון אייך. די ערטשע איז די פי-איי-סי-סי וועלכע איז אן אפצאל וועלכע די לאנג דיסטענס פירמע צאלט פאר די הויפט לאקאלע טעלעפאן פירמע צו נוצן זייערע סערוויסעס. טייל פירמעס בעטן גארנישט, רוב בעטן בערך א דאלאר, און טייל בעטן נאכמער. די צווייטע אפצאל ווערט אנגערופן יו-עס-עף וועלכע טייל פירמעס בעטן יא און טייל נישט. די געלט מוז יעדע טעלעפאן פירמע צאלן פאר די רעגירוג אז די רעגירונג זאל קענען צושטעלן טעלעפאן סערוויס צו די פארשטופטע געגענטער פון לאנד.


באקאנטע שווינדלערייען

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין אמת'ן זענען די אלע שווינדלערייען נישט קיין עכטע שווינדלערייען ווייל די אלע אינפארמאציע איז געווענליך געשריבן ערגעץ אינעם קאנטראקט אויף וועלכע מען שרייבט אונטער בלינדערהייט. די קונץ פון די פירמעס זענען וויאזוי צו באהאלטן דעם אמת אז איר זאלט דאס נישט באמערקן און אין פאל איר וועט יא באמערקן זאלט איר זיי נישט קענען קלאגן ווייל זיי וועלן באלד איבערצייגן אז אלעס איז געווען אויסגענומען פון פאראויס.

געוויסע פירמעס נוצן א טעכניק דורך אדווערטייזן ביליגע לאנג דיסטענס ראטעס און דערנאך שיקן זיי ארויס עכטע טשעקן מיט געוויסע סכומים צו מענטשן און אויב מען קעשט דעם טשעק אין באנק ווערט מען אויטאמאטיש א קאסטומער צו די פירמע. דער שווינדל דערפון איז אבער אז אינעם קאנטראקט שטייט גארנישט אז מען באקומט ביליגע ראטעס און דער מענטש קעשט איין דעם טשעק בלינדערהייט ווייל ביי אים אין קאפ ליגט איינגעקריצט אז די פירמע האט ביליגע ראטעס. למעשה באקומט ער אבער נישט די ראטעס און ווען ער כאפט זיך איז שוין צו שפעט ווייל דעמאלט מוז ער שוין באצאלן די בילס.

זייער אסאך פירמעס אדווערטייזן זייערע סערוויס דורך ווייזן אז זייערע ראטעס זענען ביליגער ווי אנדערע פירמעס. אין פאקט איז אבער אן אפטע ערשיינונג אז די פרייזן פן די אנדערע פירמעס זענען שוין אויסגעלאפן און זיי מוזן געזעצליך נאך נישט טוישן זייערע אדווערטייזמענט. אזוי כאפן זיי אריין עטליכע טויזענט קאסטומערס.

עס זענען פאראן אסאך קאלינג קארדס אויף וועלכע עס שטייט געשריבן אין קליינע ווערטער אז אויב מען נוצט דאס ווערט מען אויטאמאטיש אריבערגעטוישט לאנד דיסטענס צו די פירמע.

עס איז א טעגליכע זאך אז פירמעס אדווערטייזן גאר ביליגע ראטעס אבער אין קליינע ווערטער שטייט געשריבן אז דאס לויפט אויס נאך עטליכע מאנאטן. אנדערע פירמעס שרייבן אז זיי בעטן נישט קיין מאנאטליכע אפצאל אבער אין קליינע בוכשטאבן שטייט אז עס איז נאר פאר די ערשטע עטליכע מאנאטן.

פיל פלענער זענען זייער ביליג און עס כאפט אן אויג און מען פארגעסט צו באמערקן אז עס שטייט גארנישט געשריבן וועגן 24 שטונדן א טאג, 7 טעג א וואך. טייל פירמעס מאכן זיך אייגענע צייטן ווען די ראטעס טוישן זיך. אמאל קען דאס אפילו זיין נאר עטליכע שטונדן אינמיטן טאג און דארט מאכן זיי זייער געלט. מענטשן באמערקן דאס נישט ווייל עס שטייט געשריבן אין קליינע שורות און אפילו ווען די בילס קומען אן באמערקט מען דאס נאך אלץ נישט ווייל די הויכע פרייזן קענען זיין נאר אויף עטליכע טעלעפאן קאלס און עס מאכט נישט קיין סאך אויס פאר דעם אינדיווידועל אבער פאר די פירמע איז עס זייער גאנצע פארדינסט.

נעמען א לאנג דיסטענס פלאן וועלכע פארלאנגט צו רופן א דריטע פארטיי פירמע און אריינלייגן א קאוד איז אויך אן אונטערגעציפטע וועג פון מאכן געלט ווייל דער פאקט ווייזט אז מענטשן פארגעסן פן צייט צו צייט און דארט מאכט די פירמע זייער געלט.

די לאקאלע פירמעס ווייסן אויך וויאזוי ארויסצובאקומען א פאר דאלאר און זיי טוען דאס דורך פארשלאגן צו רופן פאר אייך דעם נומער וועלכע איר האט נארוואס געזוכט מיט די הילף פון דירעקטארי אסיסטענס. אויב איר האט צום ביישפיל געבעטן א נומער ערגעץ אין אזיע און איר קאנעקט זיך מיט זיי וועט איר רואיג צאלן צענדליגער דאלארן פער מינוט אן א וויץ און איר קענט גארנישט טאן דערוועגן.

אין די טעלעפאן אינדוסטרי ווערט דאס אנגערופן "סלעמינג". דאס איז א פשוט'ע גניבה ווען א לאנג דיסטענס פירמע טוישט אריבער מענטשן צו זיך אן פרעגן קיין פראגעס מיט'ן חשבון אז טייל מענטשן וועלן נישט אויפפאסן (זיי מאכן ענליכע נעמען מיט ענליכע בילס) און אזוי וועלן זיי באקומען קאסטומערס.

טייל פירמעס זענען קלוגער פון דעם און זיי טוען דאס דורך שיקן פארשידענע קאנטעסטן אדער פרייע מתנות און ווען מען שרייבט אונטער דערפאר שטייט דארט געשריבן אז איר גיט די רעכט פאר די פירמע איבערצונעמען אייער לאנג דיסטענס. לויט'ן געזעץ איז דאס שוין אביסל מער קאמפליצירט אבער אין גענעראל גייט דאס נאך אלץ אריין אין די קאטעגאריע פון סלעמינג ווייל עס איז גענצליך אן אייער וויסן און איז אינגאנצן אנדערש ווי ווען איר שרייבט אייך איין ביי א פירמע און איר שרייבט אונטער אויף באהאלטענע טשארדזשעס.

די איינציגסטע עצה זיך צו באשיצן פון סלעמינג איז דורך אנרופן די לאקאלע טעלעפאן פירמע און זיי בעטן זיי זאלן פרירן אייער לאנג דיסטענס אז קיין איין פירמע זאל דאס נישט קענען איבערנעמען נאר אויב איר פערזענליך רופט אריין צו געבן די ערלויבעניש.

אויב מען איז שוין געפאלן א קרבן צו סלעמינג זאל מען ערשט אנרופן די לאקאלע פירמע און זיי איינמעלדן וועגן די סלעמינג. זיי וועלן אייך צוריק טוישן גערן און זיי וועלן טאן די נויטיגע שריט וויאזוי צו קלאגן יענע פירמע.

אויב איר האט געהאט א גוטע פלאן מיט א פירמע און איר זענט אריבערגעטוישט געווארן צו א צווייטע פירמע דורך סלעמינג וועט אייער ארגינעלע פירמע אייך מוזן געזעצליך צוריקנעמען פאר דעם זעלבן פלאן ווי איר האט געהאט בעפאר.

לויט'ן געזעץ וועט די פירמע וואס האט געטאן די סלעמינג אייך דארפן אויסמעקן די טשארדזשעס פון די לעצטע 30 טעג. אויב איר האט שפעט באמערקט איז פארפאלן. אין אזא פאל וועט איר דארפן באצאלן פאר אייער לאקאלע פירמע אלע געלטער וואס איר וואלט ווען געדארפט באצאלן פאר די נייע פירמע וועלכע האט אייך בארויבט.

אויב איר באמערקט די סלעמינג נאכ'ן באצאלן די ביל רופט אן אייער לאקאלע פירמע וועלכע וועט באשטראפן די רויבער פירמע מיט 150 פראצענט וואס זי האט אייך געבעטן. אין טייל פעלער וועט אייך אייער לאקאלע פירמע צוריקגעבן 50 פראצענט פון די פארלוירענע געלטער וואס איר האט דערלייגט דורך צאלן א טייערע פרייז.

אגב, אין יעדע צייט אויב איר ווילט וויסן וועלכע פירמע עס באהאנדלט אייער לאנג דיסטענס דאן רופט פון אייער טעלעפאן די פאלגענדע נומער: 1700-555-4141. א רעקארדינג וועט באלד מעלדן מיט וועמען איר האט לאנג דיסטענס. מען קען די זעלבע זאך טאן אויך צו וויסן ווער עס איר אייער לאקאלע טעלעפאן פירמע דורך רופן די נומער: 1 אייער עריע קאוד און דאן 700-4141.

אן אנדערע סארט גניבה ווערט אנגערופן קרעמינג און דאס איז ווען א פירמע לייגט ארויף טשארדזשעס אויף אייער טעלעפאן ביל פאר גארנישט און פאר נישט מיט'ן האפענונג אז א טייל מענטשן וועלן נישט באמערקן און זיי וועלן אזוי מאכן געלט. עס זענען פאראן עטליכע וועגן וויאזוי די פירמעס באגייען דעם שריט אט זענען עטליכע פון זיי:

טייל פירמעס מאכן פארמעסטן פון צייט צו צייט און אויב איר ווילט געווינען דארף מען ענטפערן די פראגעס און אונטערשרייבן די נאמען אז מען גיט רשות פאר די פירמע אייך אריינצולייגן אין דעם פארמעסט און די פירמע וועט אייל טעלעפאנירן אויב איר זענט דער געווינער. למעשה ווען מען שרייבט אונטער שטייט געשריבן אין קליינע בוכשטאבן אז איר וועט דארפן באצאלן א קליינע אפצאל פאר די סערוויס.

טייל פאלשע און אפילו עכטע סוויפססטעיקס זענען פארבינדן מיט טעלעפאן פירמעס און אויב מען רופט אריין צו זען אויב מען געווינט איז אויסגענומען פון פאראויס אז מען וועט געבילט ווערן פאר דעם אויף די טעלעפאן ביל. 800 נומערן זענען אויך טיילמאל א שווינדל ווען די פראגראם וועלכע מען רופט פרעגט אויב איר ווילט ווייטער גיין מיטן פראגראם איז אייך אריבער פירן צו א 900 נומערן וועלכע קאסט געלט יעדע מינוט. מענטשן כאפן נישט און מען זאגט יא און נאכדעם איז ביטער.

אויסער דעם זענען פאראן פירמעס וואס לייגן סתם אזוי ארויף טשארדזשעס פון עטליכע דאלאר אויף טייל קאסטומערס יעדע מאנאט און וויבאלד רוב מענטשן באמערקן דאס נישט מאכן זיי א פרנסה דערפון.

זיך צו באשיצן פון קרעמינג איז פאראן עטליכע עצות. די ערשטע עצה איז אנצורופן אייער לאקאלע פירמע און בעטן צו בלאקירן 900 נומערן פון אייער אקאונט. נאכדעם ברויך מען געדענקן קיינמאל נישט צו ענטפערן יא ווען מען פרעגט אייך אויפ'ן טעלעפאן אויב איר ווילט די סערוויס. טעלעפאן פירמעס ווארענען כסדר מען זאל קיינמאל נישט אריינלייגן קיין קאודס דורכ'ן טעלאפן נאר אויב מען ווייסט פארוואס מען לייגט דאס און מען איז זיכער אז דאס איז א פירמע וועלכע מען קען געטרויען. און דער לעצטער עצה איז א כלל פאר'ן גאנצן לעבן: מען זאל שטענדיג אדורכליינען אלע דעטאלן פון א קאנטראקט אפילו אויב עס דאכט זיך אז עס איז אומוויכטיגע דעטאלן.

אויב פאלט מען א קרבן צו א שווינדל אדער אנדערע גניבה זאל מען שטענדיג ערשט איינמעלדן די לאקאלע פירמע וועגן דעם און אויב עס רעדט זיך פון גרעסערע געלטער זאל מען אויך אנרופן די עף-סי-סי אדער די לאקאלע אטוירני דזשענעראל אפיס.


גניבות דורך 10 10 נומערן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין די טעלעפאנישע וועלט רופט מען דאס דייל-אראונד סערוויס. דאס זעט מען געווענליך אדווערטייזט אויף פארשידענע פלעצער אז מען קען דיילן די נומערן 10 10 און נאך דריי אנדערע נומערן און אזוי אויסקרויזן די לאקאלע טעלעפאן פירמע און באקומען בעסערע ראטעס פאר לאנג דיסטענס. טייל דערפון זענען טאקע אזוי אבער טייל זענען שווינדלערייען און מען וויסן וויאזוי זיך צו היטן פון אזעלכע פירמעס. אט זענען עטליכע סימנים:

טייל 10 10 סערוויסעס געבן נאר זייערע ביליגע פרייזן אויב מען רעדט א געוויסע צאל מינוטן, געווענליך 10 אדער 20 מינוט. אויב מאכט מען א טעלעפאן קאל פאר עטליכע מינוט צאלט מען אסאך מער. אנדערע אזעלכע סערוויסעס אדווערטייזן אז זיי געבן 50 פראצענט הנחה פון די באשטימטע לאנג דיסטענס ראטעס. וואס עס מיינט באשטימטע ראטעס קען מיינען אסאך זאכן און מען דארף שטיין ווייט דערפון. אנדערע אדווערטייזן אז א 20 מינוטיגע טעלעפאן קאל קאסט נאר 99 צענט און זיי זאגן אייך נישט אז א טעלעפאן קאל אונטער 20 מינוט קאסט אויך אזויפיל וואס קומט אויס אז אפילו א טעלעפאן קאל פון צוויי מינוט קאסט 99 צענט. אנדערע אדוערטייזן לאמיר זאגן 4 צענט פער מינוט אבער אין די קליינע שורות שטייט געשריבן אז יעדע טעלעפאן קאל האט א ספעציעלע אפצאל פון 2 צענט. טאקע נישט געפערליך אבער ווען מען מאכט אן איין מינוטיגע טעלעפאן קאל איז דאס דאפעלט די פרייז. וכהנה כהנה זענען פאראן אסאך אזעלכע באהאלטענע טשארדזשעס וועלכע מען כאפט זיך נישט ווען מען נוצט דאס ביז ווילאנג מען זעט די ביל און דעמאלט איז שוין צו שפעט ווייל לעגאל מוז מען דאס באצאלן.

ווי דערמאנט באדערט נישט די שווינדלער פירמעס ווען די קאסטומערס כאפן זיך וואס דא גייט פאר ווייל זייער גאנצע קונץ איז צו באקומען ווי מער נייע קונדן און פון אזויפיל קונדן מאכן זיי גענוג געלט, ספעציעל ווען טייל פארנומענע אדער עלטערע מענטשן כאפן זיך נישט ביז א לענגערע צייט.

דער כלל איז שטענדיג מען זאל איבערפרעגן די פירמע בעפאר מען שרייבט עפעס אונטער אדער מען הויבט זיי אן נוצן. די וויכטיגסטע זאכן וואס מען דארף זיכער מאכן זענען: אויב עס איז פאראן א מאנאטליכע אפצאל, עס זאל נישט זיין קיין מינימום מינוטן אין יעדע טעלעפאן קאל, קיין שום אנדערע אפצאלן, און פארשידנארטיגע ראטעס געוואנדן לויט'ן צייט פון טאג.

אגב, איז אינטערעסאנט צו וויסן אז די 10 10 נומערן אינדוסטרי איז פילפאכיג געשטיגן אין די לעצטע יארן און איז היינט א אינדוסטרי מיט 3 ביליאן דאלאר אין סעילס. פאר 10 יאר צוריק איז די אינדוסטרי באשטאנען פון קוים 100 מיליאן דאלאר. זעט אויס אז די פירמעס טויגן און די מאסן זענען בלינד צו וואס מען טוט מיט זיי.


לאנג דיסטענס

טעלעפאן