טאראנטא אינטערנאציאנאלער פילם-פעסטיוואל

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Toronto International Film Festival logo.svg

דער טאָראנטאָ אינטערנאציאנאלער פֿילם-פֿעסטיוואַל (אין ענגליש: Toronto International Film Festival אין קורץ: TIFF), איז דער גרעסטער פילם-פעסטיוואל אין דער גאנצער וועלט, אוואו עס ווערן אויפגעשפילט איבער 400 פילמען, אין 20 סינעמאַס לענגאויס טאָראָנטאָ.

עס קומען זיך צוזאם, פון צענדליגע לענדער איבערן וועלט, א מאסע פון נאנט צו א האלב מיליאן באטייליגער, סיי מיטגלידער פונעם אלוועלטליכער פילם-אינדוסטריע, און פונעם אַלגעמיינעם צושויער באזוכער.

דאס קומט פאר יערליך אינעם מאנאט סעפטעמבער, אין דאוינטאון טאראנטא, אנטעריא, פאר איבער צען טאג, אוואו עס ווערן אויפגעשפילט, צום ערשטן מאל, די טייערסטע קוואַליטעט פילמען.

די געשיכטע פונעם פעסטיוואַל[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דער פֿעסטיוואַל איז געגרינדעט געווארן אום 1976, און הייסט היינט דער שפיץ אין דער וועלט, צווישן די גרויסע פעסטיוואלן - די קאן פילם פעסטיוואל אין פראנקרייך, און די בערלינער אינטערנאציאנאלער פילם-פעסטיוואל אין דייטשלאנד.

דער מאיעסטעטישע קינא געביידע, אויף קינגס סטריט אין צענטראל טאָראָנטאָ, פארמאגט פינף גרויסע עלעגאנטע זאלן, וואס דינען אלץ איינע פון די הויפט פלעצער, אוואו די נייע פילמען ווערן אויפגעשפילט, אין די יערליכע פעסטיוואל פעריאד.

יעדעס יאר ווערן געשאנקן ביי דעם פעסטיוואל, עטליכע אַוואָרד'ס: די אוידיענץ אויסוואל פרייז, און, 'דאס-בעסטער-קאַנאַדישער-פילם' אַוואָרד, און נאך.

אום דעצעמבער 2019 ווערט אויפגעשפילט אין דעם פעסטיוואל, דאס כשר'ע שוידער פילם - די ווידזשעל.

זע אויך[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

באזונדער איז פארהאנען דער טאראנטא יידישע פילם פעסטיוואל, אום מאנאט מאי.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]