כלאנדידנא
|
כלאַנדידנא אדער כלאַנדודנא (וועלשיש: Llandudno [ɬanˈdɪdnɔ]) איז א ים־באד, שטעטל און געמיינדע אין קאנואי גראפנשאפט בארא, וויילס, פלאצירט אויפן קרעאידין האלבאינזל, וואס שטעקט ארויס אינעם אירישן ים. אין דעם 2011 פאראייניגטן קעניגרייך צענזוס האט די געמיינדע געהאט א באפעלקערונג פון 20,701.[1]
כלאנדידנא ווערט גערופן די, "מלכה פון די וועלשישע בעדער",[2] איז אצינד דער גרעסטער ים־באד אין וויילס. היסטאריש איז כלאנדידנא געווען א טייל פון דער קארנארוואנשיר גראפנשאפט.
טראנספארט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דאס שטעטל איז נישט ווייט פון דער צפון ווייל בארטן באנליניע וואס האט געעפנט ווי די טשעסטער און האליהעד אייזנבאן אין 1848. זי איז געווארן א טייל פון דער לאנדאן און צפון־מערבדיקער אייזנבאן אין 1859, און א טייל פון דער לאנדאן, מידלאנד און סקאטישער אייזנבאן אין 1923. כלאנדידנא איז ספעציעל געבויט ווי א מיטל-וויקטאריאנישע תקופה וואקאציע ציל און ווערט באדינט דורך א צווייג־ליניע געעפנט אין 1858 פון כלאנדידנא קנופ, מיט סטאנציעס ביי דעגאנואי און כלאנדידנא.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ Neighbourhood Statistics (28 April 2004). View or Download Data: view full dataset. Neighbourhood Statistics. דערגרייכט דעם 27סטן נאוועמבער 2012.
- ↑ Ivor Wynne Jones. Llandudno Queen of Welsh Resorts (chapter 3 page 19) referring to the Liverpool Mercury