חיים דוד זילבער־מרגליות

פֿון װיקיפּעדיע

הרב חיים דוד זילבער־מרגליות (ה'תרכ"ד- כ' כסלו ה'תש"א) איז געווען דער אב"ד קויל, פוילן.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

חיים דוד איז געבוירן אין תרכ"ד אין זשעלעכאוו, לעבן לובלין, צו זיין פאטער ר' נפתלי צבי הירשל[1], א חסיד פון רבי לייבעלע אייגער פון לובלין און א תלמיד פונעם חידושי הרי"ם.[2]

צו אכצן יאר האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון הרב אביגדור יהודה לעוונטאל, אב"ד קויל, לעבן קאליש אין מערב פוילן.[2] ער האט באקומען היתר הוראה פון הרב יהושע טראנק פון קוטנא און רבי אברהם בארנשטיין, דעם "אבני נזר" פון סאכאטשאוו.[3]

כאטש זיין פאטער איז געווען א לובלינער חסיד, איז ר' חיים דוד געווארן א חסיד ביים שפת אמת פון גער, און שפעטער ביים אמרי אמת.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווען זיין שווער איז נפטר געווארן אין תרנ"ג, האט די קהילה אין קויל געבעטן ר' חיים דוד איבערצונעמען דאס רבנות. ער האט נישט געוואלט אויפנעמען, אבער די קהילה האט באקומען בריוו פון אסאך גדולים און ענדלעך האט ער מסכים געווען צו ווערן שטאטס רב אין קויל. צווישן די בעלי בתים אין קויל זענען געווען עטלעכע קצבים וואס האבן געשטערט ווען די שוחטים האבן געזאגט אויף די בהמות אז זיי זענען טרייף. דער רב האט געפרואווט נישט לאזן די קצבים אין שעכטהויז אריין, אבער זיי זענען דאך אריינגעקומען. הרב חיים דוד האט דעריבער צוגעמאכט דאס שעכטהויז אין קויל. ביז דריי יאר האט דאס געדויערט ביז די קצבים האבן מסכים געווען הארכן דעם רב'ס פסק. אין צווישנצייט האט דער רב אין זיין משפחה נישט געלעבט אין גרויס דחקות, ווייל דעם רב'ס געהאלט איז געקומען פון דעם שחיטה שטייער, וואס במשך די דריי יאר איז נישט געווען אין שטאט קיין שחיטה.[2][3]

הרב חיים דוד האט אויך פארמאכט די פריוואטע חדרים פון די מלמדים, וואס האבן געוואלט לערנען נאר מיט די קינדער פון די גבירים אין שטאט, און נישט די קינדער פון די ארעמע לייט וואס האבן נישט געקענט צאלן אסאך שכר לימוד. ער האט אויפגעשטעלט אין שטאט די "עץ חיים" חדר, וואו די עלטערן האבן געצאלט יעדער איינער וויפיל איז געווען אים מעגלעך, און אלע קינדער האבן געלערנט גלייך.[2][3]

רב חיים דוד איז געווארן א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל, און איז געווען א גרויסער קעגנער צו ציוניזם.[3]

רב חיים דוד איז געבליבן קוילער רב קנאפע פופציג יאר, ביז די דייטשן האבן אינוואדירט פוילן ביים צווייטן וועלט קריג, און די יידן זענען פארטריבן פון דער שטאט.[2]

פטירה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רב חיים דוד האט געוואנדערט, מיט כמעט נאר זיין טלית און תפילין, ביז ער איז געקומען קיין לובלין, וואו זיינע קרובים האבן אים אריינגענומען אין שטוב. אבער ער איז שוין געווען גאר שוואך, און כ' כסלו תש"א איז ער נפטר געווארן. מען האט אים באערדיגט אין דער רבנים חלקה פון דעם לובלינער בית עולם.[2][3]

ספרים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • "דבר ישרים" על התורה

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. שער בלאט פון "דבר ישרים"
  2. a b c d e f "דבריהם הם זכרונם", המודיע, י"ח כסלו תשע"א (ענגליש) עמ' C3
  3. a b c d e פנינה מייזליש, רבנים שנספו בשואה

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]