חוט המשולש (דרוש)

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

חוט המשולש איז א באקאנטער דרוש ספר מיט חידושים פארפאסט דורך א טאטע, זוהן און אייניקל.

דער ספר האט ארויסגעגעבן דער אייניקל און בייגעלייגט די חידושים פון זיין טאטן און זיידן.

עס לויפט אויף די סדר פון די פרשיות התורה, ווען אויף יעדע סדרה איז דא איינס אדער מערערע חידושים פון יעדן איינעם.

פאלגענד זענען די דריי אפטיילונגען:

  • שער אשר פון רבי אשר לעמיל הלוי רב אין איינזשטאט.
  • שער המים פון זיין זוהן רבי יחיאל מיכל הלוי פון גלוגא וועלכער האט שפעטער איבערגענומען דעם טאטן'ס פלאץ אין אייזנשטאט.
  • שער הקטן פון זיין זוהן, דער ארויסגעבער, רבי משה הלוי פון גלוגא און רב אין צעהלים.

אין די ערשטע אויסגאבע איז פארהאן ווארימע הסכמות פון: רבי משה סופר פון פרעשבורג דער חתם סופר, רבי צבי הירש ברודא פון קיצע און פונעם באקאנטן גאון רבי דוד דייטש פון ניישטאדט.

דער ספר איז געדרוקט באותיות רש"י און אנטהאלט איבער הונדערט בלעטער.

דרוקסאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]