זשאק ליפשיץ

פֿון װיקיפּעדיע
אַמעדעאָ מאָדיליאַני: פּאָרטרעט פֿון זשאַק ליפּשיץ און זײַן פֿרױ בערטאַ

זשאַק (חיים-יעקב) ליפּשיץ (פֿראַנצױזיש: Jacques Lipchitz), געבױרן דעם 22סטן אױגוסט 1891 אינעם שטעטל דרוסקעניק, גראָדנער גובערניע, רוסלענדישע אימפּעריע (איצט דרוסקינינקײַ אין דער ליטװישער רעפּובליק); געשטאָרבן דעם 16טן מײַ 1973 אין קאַפּרי (איטאַליע).

אַ פֿראַנצױזישער קינסטלער פֿון רוסיש-ייִדישן אָפּשטאַם, ער איז געװען אײנער פֿון די באַקאַנטסטע קוביסטישע סקולפּטאָרן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.

זשאַק ליפּשיץ: די פֿרײד פֿון לעבן