זשאן ד'ארק
געבורט |
6 יאנואר 1412 Q706679, Q70972 |
---|---|
טויט |
30 מאי 1431 (אלט 19) Q15878, Q3738649 |
אונטערשריפט | |
זשאַן ד'אַרק (פראַנצויזיש: Jeanne d'Arc, [ʒan daʁk]; 1412 בערך – 30סטן מיי 1431), גערופן מיט דעם ביינאמען די יונגפֿרוי פֿון ארלעאַן (פראַנצויזיש: La Pucelle d'Orléans), איז א נאציאנאלע העלדין פון פראנקרייך און א קאטוילישע הייליקע. זי איז געווען א פויער מיידל, געבוירן צו זשאַק ד׳אַרק און איזאבעל ראמע אין דאמרעמי אין צפון־מזרח פראנקרייך. זי האט געטענה׳ט אז זי האט באקומען וויזיאנען וואס האבן זי געהייסטן שטיצן שארל דער זיבעטער און צוריקנעמען פראנקרייך פון ענגלישער הערשאפט שפעט אין דער הונדערט־יעריגער מלחמה. שארל דער זיבעטער, וואס איז נאך נישט געווען אפיציעל באקרוינט מלך פון פראנקרייך, האט געשיקט זשאַן מיט אן ארמיי צו דער באלעגערונג פון ארלעאן. נאר ניין טעג נאכהער האט אויפגעהערט די באלעגערונג, וואס האט געפירט די פראנצויזישע ארמיי צו וויכטיגע זיגן און ענדליך צו שארל׳ס באקרוינונג אין רימס.
אום 23סטן מיי 1430 האט מען זי איינגענומען אין קאמפיען דורך דער בורגונדי פראקציע, א גרופע פראנצויזישע אדעלן וואס זענען געווען אליאירט מיט די ענגלישע.דערנאך האט מען זי איבערגעגעבן צו די ענגלישע[1] וואס האבן געשטעלט צו א פראצעס וועגן פארשידענע באשולדיגונגען דורכן בישאף פיער קאשאן, וואס איז געווען פאר די ענגלישע.[2] קאשאן האט דערקלערט אז זי איז שולדיג און מ׳האט זי פארברענט אום 30סטן מיי 1431, און זי איז געשטארבן ווען אומגעפער ניינצן יאר אלט.[3]
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ Le procès de Jeanne d'Arc.
- ↑ Régine Pernoud, "Joan of Arc By Herself And Her Witnesses", pp. 179, 220–22
- ↑ Andrew Ward (2005) מוסטער:IMDb title