זמירות ישראל

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

זמירות ישראל איז אן אינהאלטסרייך ביכל געשריבן דורכן היסטאריקער ר' בערל שווארץ, איבער דער היסטאריע פון אידישער נגינה און חזנות ביאגראפיעס, פאסירונגען און אנעקדאטן פון אמאליגע בארימטע חזנים פון דער פארגאנגענהייט.

ער האט דאס צוערשט געשריבן אין לויפנדע ארטיקלען אין "די צייטונג", און דערנאך האט ער עס אביסל איבערגעארבעט, און איבערגעגעבן פאר הוצאת כתב נבחר אז זיי זאלן עס ארויסגעבן אין פארמאט פון א ספר.

מערסטנס פונעם ביכל באציהט זיך איבערן בארימטן חזן ר' יאסעלע ראזענבלאט.