זון (משפחה)
מראה
א זון איז א קינד וואס איז א זכר.
אין טייל קולטורן איז א זון א מער געזוואונטשט קינד ווי א טאכטער.
ירושה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לויט דער תורה, ווען איינער איז נפטר און לאזט איבער א זון אדער זין, באקומען זיי די גאנצע ירושה, און די טעכטער גארנישט. חז"ל האבן אבער מתקן געווען איבערלאזן א טייל פון דער ירושה פאר די טעכטער וואס זענען נאך נישט געהייראט.
טאמער דער עלטסער זון איז א בכור צו זיין פאטער, באקומעט ער צוויי טיילן פון דער ירושה קעגן זיינע ברידער.