זאכלא

פֿון װיקיפּעדיע

זאכלא (אַראַביש: زحلة) איז א שטאט אין לבנון, די זיבעטע גרעסטע שטאט, מיט א באפעלקערונג פון בערך 150,000 מענטשן, רוב פון זיי מאראנען. די שטאט געפונט זיך אויף דעם לבנון בארג. די הויכקייט איז 2,000 פיס העכערן ים פלאך, איבער די ווינטער איז די געגנט באשנייט, אין די זומער טרוקן און הייס, די צענטער פון שטאט געפונט זיך, צווישן די צוויי זייטן פון די בארדאני טייך, וואס איז א פארפעסטעטע און שמוציגע טייך, די אלטשטאט געפונט זיך אויף די מערב זייט פון די טייך, אבער די געשעפטן אויף די מזרח זייט. די שטח פון די שטאט איז בערך 20 קאנט קילאמעטער.

דורכאויס די לבנון ברודער קריג, איז פארגעקומען דארט ביטערע שלאכטן, צווישן די פאלאנגען, און די סירישע ארמיי. זייענדיק א שטאט וואס געפונט זיך, אויפן ביירוט דמשק שאסיי, באשיר זשומייעל האט געוואלט איינעמען זאכלא, צוליבן שטיצע וואס ער וואלט באקומען פון די קריסטן, איידער ער איז געלאפן פאר פרעזידענט. צום סוף האט ישראל דורכגעפירט איר אינוואזיע, ביים ערשטע לבנון מלחמה, און אזוי ארום איז באשיר ערוויילט געווארן, אבער געהרגט געווארן נאך איידער ער איז איינגעשוווירן געווארן.