לדלג לתוכן

כשר סעלפאון

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון וועד הרבנים (סעלפאון))
וועד הרבנים זיגל

א כשר'ער צעלפאן איז א צעלפאן וואס האט השגחה פון א וועד רבנים אז ער איז אויסגעהאלטן לויט זייערע תקנות.

א גרויסער טייל רבנים האלטן אז עס איז דא א פראבלעם מיט סעלפאוןס פאר פרומע יידען וויבאלד מען קען דערמיט אנקומען צו די אינטערנעט, אויך האלטן זיי אז קענען שיקען טעקסט בריוולעך איז אויך א פראבלעם.

צוליב די סיבות האבן זיי אונטערגענומען א קאמפיין פון אריינברענגן כשרע סאלפאוןס פאר די פרומע אידען אין אמעריקע.

די גאנצע זאך איז אן אלטע סעלפאון וואס ארבייט מיט ספרינט און די סעלפאוןס זענען אלע געפענט אונטער די חשבון פון וועד הרבנים.

  • וויבאלד וועד הרבנים זענען בעל הבית אויף די חשבון, און זיי האבן אויסדריקלעך פארהאנדעלט מיט ספרינט נישט צו האבן טעקסט (אינטערנעט האט עס ממילא נישט וויבאלד עס איז אן אלטע פאון) קען דער פשוטער בעל הבית נישט טוישן די פלאן מיט ספרינט צו צילייגען טעקסט.
  • ווער עס וויל זיך אנהאנדלען אזא סעלפאון גייט צו איינע פון די געשעפטן ווי מען פארקויפט די סעלפאוןס קויפט דאס און ער קען דאס נוצען.
  • די חשבון יעדע חדש קומט פון וועד הרבנים נישט פון ספרינט.

אנדערש פון די ארץ ישראלדיגע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאס איז אנדער פון די כשרע סעלפאוןס אין ארץ ישראל, וויבאלד אין ארץ ישראל האבן די פירמעס אליין זיך צוגעשטעלט פאר די כשרע סעלפאון און צוליב זייער אייגענע ביזנעס אינטערעסע מאכן זיי זיכער אז עס זאל נישט האבן קיין אינטערנעט אדער טעקסט.

אלע סוחרים פון סעלפאוןס קריטיקירען די סיסטעם פאר די פאלגענדע סיבות:

  1. וויבאלד די וועד הרבנים פרובירט מאכן שבת פאר זיך איז נישט זיכער אז עס וועט ארבייטן גוט.
  2. זיי טענהען אז למעשה קען מען יא באקומען טעקסט אויף די סעלפאוןס.
  3. זיי טענהען אז עס איז א ביזנעס, וויבאלד ספרינט צאלט עטליכע הונדערט דאלער פאר יעדע פאון וואס זיי אקטוויזירען.
  4. זיי טענהן אז עס נישט מעגליך זיי זאלן קענען סופארטן אלע באנוצערס.

ענטפער פון וועד הרבנים (געבויעט אויף די קלאגע וואס זיי האבן אריינגעגעבן קעגן ספרינט [1]

  1. זיי האבן פארהאנדלט מיט ספרינט אויף דעם און ספרינט האט לכתחילה צוגעזאגט אז זיי וועלן דאס צושטעלן.
  2. ספרינט האט דאס געטאן אדער דורך דעם וואס פריוואטע אינטערעסן האבן זיך פארגעשטעלט אלס וועד הרבנים, אדער קעגן די אפמאך מיט וועד הרבנים.
  3. דורכאויס די קלאגע קוקט אויס ווי דאס געלט וואלט געגאנגן אויף אויפצוהאלט די וועד, אבער נישט אז עס וואלט געמאכט עפעס גרויסע געלטער.
  4. ספרינט האט געדארפט דאס צושטעלן.