ווייסער נילוס
בריק איבערן ווייסן נילוס אין דזשובא, דרום סודאן | |
לאקאציע | |
---|---|
לענדער | רוואנדע, דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא, סודאן, דרום סודאן, טאנזאניע, אוגאנדע |
אייגנשאַפֿטן | |
לענג | 2,620 קילאמעטער |
קוואל | וויקטאריע אזערע |
דורכשניטלעכער אויסגאס | 878 קובישע מעטער א סעקונדע |
דרענאזש בעקן | 1,059,000 קוואדראט קילאמעטער |
לעפצונג | נילוס |
לענדער אין דרענאזש בעקן | בורונדי |
דער ווייסער נילוס (אַראַביש: النيل الأبيض אַן-ניל אַל-אַביאַד) איז א טייך אין אפריקע, איינער פון די צוויי הויפט בייטייכן פונעם נילוס; דער צווייטע איז דער בלויער נילוס. דער נאמען קומט פון דעם קאליר פון ליים אין דעם וואסער.[1]
דער נאמען "ווייסער נילוס" באדייט דעם טייך וואס הייבט אן ביי אזערע נא, ביים צוזאמענפלוס פון די באהר אל זשאבאל און באהר על גאזאל טייכן. טיילמאל רופט מען "ווייסער נילוס" אלע בייטייכן וואס פליסן פון דער וויקטאריע אזערע ביזן צוזאמענפלוס מיטן בלויען נילוס.
אין דעם 19טן יארהונדעט האבן אייראפעער אויסגעזוכט דעם מקור פונעם ווייסן נילוס וואס האט זיך פארשוואונדן אין וואס מ׳האט דעמאלסט גערופן ״טונקלסטע אפריקע״. דעם אמת׳ן מקור פונעם ווייסן נילוס האט מען ערשט אנטפלעקט אין 1937, ווען דער דייטשער אויספארשער בורקהארט וואלדעקער האט געפונען דעם מקור אין א טייכל אין רוטאוואו, אונטער בארג קיקיזי.[2]
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ (1867) The New American Cyclopaedia: A Popular Dictionary of General Knowledge, Volume 12, 362.
- ↑ (1956) Traveler's Guide to the Belgian Congo and Ruanda-Urundi. Tourist Bureau for the Belgian Congo and Ruanda-Urundi, 72. דערגרייכט דעם 19טן סעפטעמבער 2016.