ווורשט

פֿון װיקיפּעדיע
וווּרשט

װוּרשט איז כּלערלײ גערײכערט, געקאָכט אָדער געטריקנט געהאַקט פֿלײש װאָס װערט אַרײַנגעקװעטשט אין אַ מת'ע אָדער קינסטלעכע קישקע. עס זענען פֿאַראַן אַ סך סאָרטן װוּרשט: פֿראַנקפֿורטער, סאַלאַמי, סערװעלאַט, מאָטאַדעלאַ, טשאָריסאָס און נאָך אין ספֿור אַנדערע. װוּרשט מאַכט מע װײַל ס'איז געשמאַק, אָבער אױך מחמת פֿלײש פֿאַרפֿױלט גיך און װוּרשט האַלט זײער לאַנג אָן אײַס שאַנק.