ובלכתך בדרך
מראה
ובלכתך בדרך איז אן ארגאניזאציע וואס גיבט זיך אפ מיט פארשפרייטן שיעורי תורה און דרשות דורך קאסעטעס און סי די'ס און אזוי אויך אויף דיגיטאלישן פארמאט.
זייער אפיציעלן נאמען איז וועד להפצת תורה ובלכתך בדרך לזיכוי הרבים.
די ארגאניזאציע איז געגרינדעט געווארן ארום יאר תשנה אויף א קליינער פארנעם, דורך ר' יצחק אהרן שטערנפעלד אן איינוואוינער אין די סאטמאר'ער שטאט קרית יואל, צוביסלעך איז עס זיך צואוואקסן צו א גרויסער מעכטיגער אפאראט פון פארשפרייטן שיעורי תורה.
די וועגן וויאזוי "ובלכתך בדרך" טוט פארשפרייטן שיעורי תורה זענען פארשידענע, 1) דורך אויסלייגן אין צענדליגער שוהלן, אין ישיבות, און נאך, סי די'ס און MP3 פון דרשות און שיעורים פון פארשידענע רבנים און דרשנים. 2) דורך צושטעלן פלעצער ביי וועלכע מ'קען לאודן שיעורים אויף מאשינקעלעך.
זייער וועבזייטל
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]